top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיפה דחופה אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין אנבליק פון גזירת הגיוס אדרעסירט דורך הר"ר שמעון שישא פון "מרכז עזרה ויעוץ"

  • sfbechatzros
  • 3 בספט׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 4 בספט׳

מיטוואך פ' כי תצא • י' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

אין די צייט וואס די ביטערע גזירת הגיוס שוועבט אויפן יהדות החרדית ווי קיינמאל בעפאר, איז דעם מוצאי שבת אפגעהאלטן געווארן א וויכטיגער אסיפה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ, געאייגענט מיוחד פאר אלע תלמידי הישיבות הקדושות הקטנים עם הגדולים און אזוי אויך די כולל יונגעלייט אויף וועם עס דרויעט א באלדיגע סכנה אריינצופאלן אין די טמא'נע נעגל פון די מיליטערישע פאליציי.


ביים אסיפה איז געהערט געווארן די ווערטער פון די משמש בקודש הרב שאול גרינבערגער בפקודת הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ווי ער האט געשטארקט דעם ציבור זיך צו האלטן פעסט און זיך נישט דערשרעקן פון די עוקרי הדת און זייער גזירות, דער חובת השעה פון יעדן בחור זיך מחזק צו זיין בתורה, און דער פליכט אויסצופאלגן די הוראות פון די גדולי ישראל אין די יעצטיגע מצב.


דאן האט אויפגעטראטן דער שלוחי דרבנן העסקן הרב שמעון שישא יו"ר מרכז עזרה ויעוץ וואס איז שטארק אריינגעטוהן אין די נושא פון גיוס, שטייענדיג בראש המערכה. ר' שמעון הי"ו האט אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט, אלע פונקטליכע הוראות און הדרכות וואס מען דארף וויסן אויף הלכה למעשה, פון ווען מען ערהאלט א צו גיוס פון די מיליטער, און אויב חלילה מען ווערט ארעסטירט, ווי אזוי מען זאל רעאגירן, וואס יא און וואס נישט צו ענטפערן און אזוי ווייטער.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page