מסע הקודש "הנאמנים" דורך האד' מאלכסנדר קיין פוילין מיט די תומכים ונדיבים פאר די נייע ביהמ"ד הגדול אלכסנדר
- Bechatzros admin
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' בשלח • ז' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
ברגשי הלב, האבן הונדערטער חסידי אלכסנדר, נדיבי עם און בונים פונעם מרכז העולמי דחסידי אלכסנדר אין בני ברק, מיטגעלעבט די נסיעה הרוממה פון כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א קיין פוילין, לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל ישמח ישראל מאלכסנדר זי"ע.
די ערשטע סטאנציע פונעם מסע המרומם איז געווען אין עיר הקודש ליזענסק. דער רבי שליט"א איז שוין אנגעקומען מיטוואך קיין ליזענסק, און האט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים מיט גרויס התעוררות ביים ציון המציונת פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, זייענדיג שופך שיח למען ישועת הכלל והפרט.
ליל שישי, נאך לאנג פארצויגענע עיכובים, זענען די משתתפי הנסיעה פון אלע עקן וועלט אנגעקומען קיין ליזענסק וואו עס איז געווען צוגעשטעלט א סעודה כיד המלך. נאך מעריב איז דער גאנצער ציבור דורכגעגאנגען שלום נעמען פונעם רבי'ן, און דאן איז פארגעקומען א מעמד הכנה איידערן ארויפגיין צום ציון הק'. הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א מלפנים אבד"ק אלכסנדר אנטווערפען האט אויפגעטרעטן מיט דברי פתיחה והכנה, און דער בארימטער רעדנער און בדחן ר' ישראל שטערן פון לאנדאן, אינאיינעם מיט די "וויזניצער קאפעליע", האבן אנגעווארעמט די הערצער בדרוש וזמר.
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד נורא הוד ביים ציון קודש הקדשים פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע. נאכן צינדן ליכט האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ברגש רב. דערנאך האט ער אנגעהויבן די "תפילה קודם התפילה" פונעם רבי ר' אלימלך, און מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהלים, די יהי רצון און י"ג מידות של רחמים. נאך תהלים האט דער ציבור אויסגעבראכן אין א געזאנג "האטס געפועלט אלעס גוטס" בשעת דער רבי איז מעודד די ניגונים בעוז ותעצומות. נאכן עלייה לציון האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג קיין קראקא, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע נאכטמאל פארן ציבור.
פרייטאג אינדערפרי איז דער רבי אנגעקומען אינאיינעם מיט די חסידים אויף תפילת שחרית אינעם היסטארישן "רמ"א שול", כמנהג המקום האט מען געדאוונט בנוסח אשכנז. נאכן דאווענען און פת שחרית איז מען ארויף צום ציון פונעם רמ"א, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, דערמאנענדיג די פילע צדיקים ושרפי מעלה וואס ליגן באהאלטן אויפן דאזיגן בית החיים, און מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהלים. ביים ארויסגיין זענען די חסידים צוגעגאנגען מיט הזכרות, און דער רבי האט יעדן געוואונטשן בפרטות. שפעטער איז דער רבי צוגעגאנגען צום בנין הכנסת אורחים אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרב אברהם זולדאן, און ווארעם אנגעוואונטשן דעם אייגנטומער ר' אברהם וואס איז געווען שטארק בייהילפיג במשך די נסיעה.
זונטיג, כ"ט טבת, ביומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן ישמח ישראל מאלכסנדר זי"ע, איז דער נסיעה הרוממה געקומען צום קלימאקס אנקומענדיג אינעם עיר האבות אלכסנדר.
עס איז געווען א מחזה הוד צו זען הונדערטער חסידים שפאצירן ארום אין די גאסן פונעם נאסטאלגישן שטעטל אלכסנדר, וואס האט זינט דעם חורבן נישט געזען אזא מחזה, חסידים וואס זענען דבוק לאורם ומשנתם פון די הייליגע צדיקים אשר לשמם ולזכרם תאוות כל נפש האבן זיך ארומגעדרייט אויפן זעלבן ארט וואו די הייליגע רבי'ס האבן אפגעראכטן זייער עבודת הקודש, און עס איז געווען דער מקום רוח החיים פון טויזנטער חסידים אין פולין.
נאך תפילת שחרית אין אלכסנדר איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום בית עולם, כולו אומר פחד ומורא, און צוגעגאנגען צו מקום מנוחת כבודם פון זקינו הרה"ק רבי יחיאל מאלכסנדר זי"ע ובניו הקדושים דער בעל הילולא דער הייליגער ישמח ישראל, הרה"ק בעל תפארת שמואל זצוק"ל, און זקינו הרה"ק רבי בצלאל יאיר זצוק"ל פון לאדזש. א גרויסער טענט איז אויפגעשטעלט געווארן נעבן דעם אוהל הקדוש, וואו דער ציבור האט געקענט דאווענען מיט הרחבת הדעת טראץ די שווערע קעלט וואס האט געהערשט אינדרויסן. דער רבי האט משמיע געווען רירנדע דברי כיבושין, ארומרעדנדיג פון די צדיקי השלשלת וואס מקום מנוחת קדשם במקום הזה, און נאכגעזאגט מדברי תורתם.
נאך אמירת תהילים האט מען אינאיינעם געזאגט די תפילה נוראה פונעם הייליגן ישמח ישראל וואס איז מקובל צו זאגן על קברי הצדיקים, ווען נחלי דמעות זענען פארגאסן געווארן דורך די משתטחים אויסבעטנדיג ישועות ורפואות לכלל ולפרט, דערנאך זענען אלע אריבער דעם רבי'ן איבערגעבן די קוויטלעך און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.
נאכדעם איז מען אריבער צום גרויסן שאטער ביים נייעם בנין הכנסת אורחים וואו עס איז געווען צוגעשטעלט פת שחרית בהרחבה, דער רבי שליט"א אעז אריינגעקומען צום מסיבת לחיים רבתי לכבוד די יארצייט, וואו ער האט דערציילט סיפורי קודש און ארומגעשמועסט מיט הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי צוריקגעקומען צום ציון המצוינת, און געזאגט ספר רביעי שבתהלים מיט די י"ג מידות של רחמים מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש. דאן האט דער רבי פאר איבער צוויי שעה אלע קוויטלעך בעיון רב, און מזכיר געווען יעדן נאמען בפרטות לטובה ולברכה.
דערנאך האט מען געדאוונט מעריב און מען האט זיך ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אין ווארשא, פון וואו דער רבי איז ארויסגעפארן לדרכו צוריק לביתו נאווה קודש, און דער ציבור איז אהיימגעפארן אנגעפילט מיט השפעות ואוצרות מלאות כל טוב.









































































































































תגובות