top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לאנדאן גרייט זיך מיט התרגשות דקדושה צו געהויבענעם שבת מיט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א

דאנערשטאג פ' כי תצא - ז' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


יהדות לאנדאן לבשי בגדי תפארתך!


פילע חסידים ואנשי מעשה אין שטאט לאנדאן גרייטן זיך צו מקבל זיין פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, נכדו הגדול פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, וועלכער קומט אן אויף א געהויבענע באזוך אין שטאט, אינאיינעם מיט חותנו הגדול כ"ק הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א.


דער רבי שליט"א פארט ארויס קיין לאנדאן לרגל השמחה במעון קדשו, שמחת הברית פון א אייניקל, בן לבנו הרב וועלוויל טווערסקי שליט"א, איידעם ביים רבינ'ס פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א.


מארגן פרייטאג אין די פארטאגס שעה'ן וועט דער רבי אנקומען בשערי העיר, און צופארן לבית האכסניא ביי הנגיד החסיד ר' דוד מרגליות איש אמונם פון אדמור"י בית ראחמיסטריווקא. העפטיגע הכנות ווערן צוגעגרייט צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס וועט זיך באטייליגן ביי די תפילות ועריכת השולחנות, ביי די געהויבענע שבת של שמחה אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין לאנדאן.


אזוי אויך איז ערווארטעט א שיינע ציבור חסידי ראחמיסטריווקא תושבי מאנסי, וועלכע קומען צו פארן מיטהאלטן די גרויסע שמחה בצל הקודש פון רבם ומורה דרכם דער רבי שליט"א, מוצאי שב"ק וועט דער רבי שליט"א פראווענען א ספעציעלע מלוה מלכה מיט כלל חסידי ראחמיסטריווקא תושבי העיר לאנדאן, און די חשובע געסט וועלכע קומען צו פארן פון אויסלאנד.


דורכאויס די ימי הביקור וועט דער רבי שליט"א פראווענען דעם ציבור מיט קוויטלעך לקראת די ימי הרחמים והרצון, מאנטאג אינדערפרי וועט פארקומען די שמחת הברית אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין לאנדאן, און דערנאך וועט דער רבי זיך צוריקקערן קיין ניו יארק, וואו עס וועט פארקומען ספעציעלע שעות קבלת קהל לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים.




Comments


bottom of page