top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בואו שעריו בתודה‎

די טויערן פון צענדליגע בתי מדרשים אין ניו יורק ווערן צוריק געעפענט אויספאלגענדיג די סאושעל-דיסטעסינג רעגולאציעס, נאכ'ן ערהאלטן די ערלויבעניש פון די רעגירונג-אינסטאנצן.


דאס קומט נאך איבערמידליכע השתדלות פון געטרייע עסקנים וועלכע האבן געארבעט אויף פארשידענע פראנטן איבערצורעדן די רעגירונג-אינסטאנצן צו ערלויבן צוריקצועפענען די בתי מדרשות כדי די סדרי הישיבה זאלן ווייטער קענען אנגיין ווי געהעריג. 

פון קהלת באבוב איז געמאלדן געווארן אז אנגעהויבן פון דעם קומענדיגן זונטאג וועלן זיך עפענען די טויערן פון ביהמ"ד הגדול קהל שערי ציון באבוב וואו עס וועלן פלאצירט ווערן די בחורי הישיבות, סיי פון ישיבה קטנה און סיי פון ישיבה גדולה, וואס וועלן זיין אויסגעשפרייט איבער אלע שטאקן פון בנין. אזוי אויך וועט די מקוה זיין אפן סיי ערב שבת און סיי ביום השבת.


אויך פון קהלת ראחמיסטריווקא אין ב"פ איז געמאלדן געווארן אז דאס ביהמ"ד האט זיך צוריקגעעפענט סיי אינדערוואכן און סיי שבת. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט צוריק אנגעהויבן אננעמען סנדקאות און הנחת תפילין. 















bottom of page