דאנערשטאג פ' דברים - ב' אב תשפ"ג | קול בחצרות
נעכטן נאכט ביים צענטראלע סעודת הילולא בחצר הקודש באבוב האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א פראקלאמירט די פריידיגע בשורה פון הרחבת גבולי הקדושה איבער נאך רינגעלע און די גאלדענע קייט פון קהילות באבוב אין ארץ ישראל, דאסמאל מיט א פרישע גיגאנטישע בית המדרש בתוככי עיה''ק ירושלים. די באבוב'ער רב האט ארויסגעברענגט אז די טאטע די בעל הילולא האט שטארק געשטרעבט אויפצובויען א ביהמ"ד אין ירושלים און האט טאקע געבויעט די באבוב'ער ביהמ''ד אויף רחוב חגי אין ירושלים און אין די לעצטערע יארן האט מען געעפענט נאך א שטיבל אויף רחוב זית רענן, דאס פלאץ איז אבער זייער ענג און אין די לעצטע תקופה זענען די עסקנים אריינגעשפרינגען און א מולטי מיליאן דאללער פראיעקט אויפצובויען א נייע גרויסע ביהמ"ד לה' ולתורתו.
קהילת באבוב און ארץ ישראל וואקסט און בליהט אויף א גאלאפירענדן פארנעם בליעה"ר אין אין די לעצטערע יארן זענען אינטערגענומען געווארן פארשידענע פראיעקטן להרחיב גבולי הקדושה במדה גדושה און א צאל בנינים אידירם זענען אויפגעבויעט געווארן אין די פארגאנגענע יאהרן לשם ולתפארת צווישן זיי די בנין ישיבת עץ חיים אין בני ברק, ישיבת חכמת שלמה אין בני ברק, תלמוד תורה בני ציון אין ירושלים, און א ביהמ"ד הגדול אין שטאט אלעד, און צוגאב צו נאך עטליכע שטיבלעך וואס וועלן אין די נאנטע תקופה עפענען איר טויערן ברחבי ארה"ק אריינגערעכנט נאך א שטיבל אין בני ברק, צוויי שטיבלעך אין ביתר, צוויי בתי מדרשים אין בית שמש אין רמה ב' און אין רמה ד' און נאך.
די יעצטיגע הרחבת גבולים קומט נאכדעם וואס די ציבור חסידי באבוב אין ירושלים איז זיך שטארק צווואקסן בליע''ה און די ביהמ''ד אויף רחוב זית רענן אין ירושלים וואס איז שוין אין צוגאב צום ביהמ"ד אויף רחוב חגי איז געווארן צר מהכיל, אצינד נאך אומגעהויערע לייסטונגען דורך די ראשי העסקנים במשך פארלאפענעם יאר, זענען זיי עושים פרי לטובה מיט׳ן עררייכן דעם מקח אויף א שטח רחבת ידים און הארץ פון די היימישע געגענט אין ירושלים ביים ווינקל פון שמגר אין תכלת מרדכי ווי עס וועט בקרוב בימים אויפגעבויעט ווערן די נייע בנין גדול ומפואר לתפארת בית ה', א פראיעקט וואס וועט אפקאסטן א געשאצטע 20 מיליאן דאללער, דער בנין אנטשפרעכט צו זיין א כלילת יופי א זעלטן הערליכע בנין מיט א ריזן היכל ביהמ"ד מיט הונדרעטער זיץ פלעצער אין א גאלאריע פאר די עזרת נשים, א היכל התורה, חדרי תפילה, א פרעכטיגע מקוה און אלע צוגעהערן וואס פאדערט זיך פאר אזא בית ה'.
תגובות