top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וואודריטש • האד' מסקווירא מב''פ אנגעקומען אויף יערליכע באזוך אין 'מחנה סקווירא'

דינסטאג פ' דברים - כ"ט תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פון בארא פארק איז אנגעקומען דעם ערב שבת אויף די יערליכע באזוך אין 'מחנה סקווירא' אין וואודרידזש. אנקומענדיג האבן די הונדערטע ילדי חן און בחורי חמד אפגעווארט דעם רבי'ן ביים אריינגאנג צום קעמפ און געזינגען ניגוני שמחה. דערנאך איז פארגעקומען א גרויסע מעמד 'קבלת פנים' אין דעם נייעם 'אודיטוריום' וואס איז געוועהן אויסגעשטעלט מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס. די קינדער האבן געזינגען ווארימע ניגונים און דאן האט דער רבי אויפגעטראטן מיט דברות קודש.


אויף שבת האט דער רבי געוויילט אין קעמפ און אפגעראכטן די תפילות און טישן אין די נייע אודיטוריום, ווי עס האבן זיך באטייליגט די תושבי המחנה און בחורי חמד.


ביים טיש ליל שב''ק איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר לרגל די געבורט פון אן אייניקל ביים רבי'ן בן הנולד ביי חתנו הרה"צ ר' שלמה לייב ראבינאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א. שבת אינדערפרי ביים דאווענעו האט די רבי אין א זעלטענעם ערשיינונג מכבד געווען מיט חודש בענטשן אחיו הגדול הרב יצחק טווערסקי לרפואה שלימה. מוצאי שבת איז פארגעקומען די מעמד 'הבאגלייטן' ווי די ילדי חן האבן געהאלטן פאקלען אין די הענט און אהיימבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה. אנקומענדיג לביתו נאוה קודש האט דער רבי געזעגענט די קינדער בברכות קדשו.























Comments


bottom of page