top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פון פלעטבוש קיין ירושלים • הונדערטער אידן אפגעגעבן כבוד האחרון ביי לוי' פו האד' מבאסטאן פלעטבוש זצ"ל

פרייטאג פ' שלח - כ"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: א. פיין


הונדערטער אידן האבן באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון כ"ק אדמו"ר מבאסטאן פלעטבוש זצ"ל, וועלכער איז דעם מיטוואך נתבקש געווארן לישיבה של מעלה לדאבון לב חסידיו מעריציו וכל מכיריו. אום פיר אזייגער נאכמיטאג איז די מיטה אנגעקומען להיכל בית מדרשו אין פלעטבוש, ווי די רבי זצ"ל האט אפגעראכטן די עבודת הקודש רבות בשנים, צום ערשט האט מען געזאגט פרקי תהילים, ווי כ"ק אדמו"ר מבאסטאן בארא פארק זון פונעם רבינ'ס ברודער כ"ק אדמו"ר מבאסטאן בית שמש זצ''ל האט געדינט אלס שליח ציבור, דערנאך האט מספיד געווען בנו הגדול וממלא מקומו הגה"צ רבי מרדכי זיסקינד הורוויץ אב"ד באסטאן פלעטבוש, וועלעע האט באוויינט די גרויסע אבידה שאין לה תמורה און ארויסגעברענגט די שטארקע מסירות נפש פונעם רבין ווי ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר די בית מדרש און קהילה, און געבעטן מחילה אין נאמען פון די בני הקהילה חסידים ומעריצים, דערנאך האט מען געהערט דברי פרידה פון בנו הרה"צ רבי לוי יצחק הורוויץ רב בית מדרש באסטאן אין מאנטרעאל וועלכע האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם רבין אין די עמוד התורה, און זיין הרבצת התורה ווי ער האט פאר לענגערע יאהרן אנגעפירט זיין ישיבה 'דרכי נועם' מיטן איין איינציגן ציל אריינצוברענגען נעימות ואהבת התורה ביי די בחורי חמד. דערנאך האט דעם רבי'נס שוואגער הרה"צ ר' אשר לנדא מדרוהביטש פלעטבוש געזאגט קל מלא רחמים, און די קינדער האבן געזאגט קדיש. נאך די הספדים האבן פילע אידן באגלייט די מיטה ברחובה של עיר, אין שפוץ פון חשובע אדמורי"ם ורבנים, צווישן אנדערע כ"ק האדמורי"ם מסקווירא ב"פ, סקווירא פלעטבוש, סקווירא גרינוול, רימנוב, טורנא, פאקשעוויץ פלעטבוש, האראדענקא פלעטבוש, סטרעטין פלעטבוש, סאסרעגין סאקאלאב, אב"ד עטשעד, אב"ד אלכסנדר ב"פ, בני האדמו"ר מטשערנאביל פון ב"פ, אב"ד סלונים ב"פ, ראש ישיבת ווערעצקי און נאך צענדליגער רבנים ומנהיגי הקהילות פון פלעטבוש. פון דארט איז די ארון ארויסגעפארן צום JFK לופטפעלד ווי די צענדליגער בני הקהילה חסידים ומעריצים האבן באגלייט דעם ארון און זיך געזעגנט פון זייער באליבטער רועה נאמן, כ"ק אדמו"ר מבאסטאן בארא פארק האט געזאגט קל מלא רחמים און געזאגט קדיש, און פון דארט איז די מיה אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל.

נעכטן דאנערשטיג פארנאכטס איז די מיטה אנגעקומען צום בית הלויות שמגר אין ירושלים, ווי כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט''א פון הר נוף האט פארגעזאגט פרקי תהילים, און דאן האבן אלע קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים געריסן קריעה און געזאגט קדיש, און מען האט באגלייט די מיטה אין ריכטונג פון הר הזיתים ווי די רבי זצ"ל איז געקומען לקבור.


בראש המלווים האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם לבית באסטאן: כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט''א וואס איז צוגאסט די טעג אין ארץ ישראל און האדמורי"ם מבאסטאן פון הר נוף און ביתר, כ"ק אדמו"ר מוויעלעפאלי וואס איז צוגאסט אין ארץ ישראל, בני האדמו"ר מקופיטשניץ, הרה''ג אלעזר ברוך באלד מנהל ארגון שיעורי תורה בארא פארק און נאך. נאך די לוי' האבן זיך די קינדער הרבנים געזעצט שבעה אין ירושלים איידער זיך ארויסלאזן צוריק קיין ניו יארק, ווי עס האבן מנחם אבל געווען צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט''א, האדמורי"ם לבית באסטאן, און כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט''א.






























Comentários


bottom of page