top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעלעפאן ריין - אין באבוב

היינט צופרי האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אפגעראכטן א 'מסיבת לחיים' אין גרויסן ביהמ"ד ברוב עם הדרת מלך און אויפגעטראטן מיט לענגערע דברות קודש פון איבער א שעה צייט. צווישן אנדערע האט דער רבי ארויסגעברענגט שבח והודאה לה' אז מ'קען זיך צוריק צוזאממקומען אין ביהמ"ד און איבער די חשיבות פון מאכן די ריכטיגע הכנה פאר'ן דאווענען. דערביי האט דער רב שליט"א געמאלדן אז 'ביהמ"ד באבוב' איז "טעלעפאן ריין" און מ'קען נישט אריינקומען אין ביהמ"ד מיט אן אפענעם טעלעפאן. – "דער וואס שפירט אז זיין טעלעפאן מוז בלייבן אפן – זאל מוחל זיין און נישט קומען דאווענען ביי אונז אין בית המדרש"... – האט דער רב שליט"א אויסגעפירט.



bottom of page