top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דודי ירד לגנו • האד' מבאבוב 45 באזוכט אינעם נייעם יישוב אין יוניאן לרגל חומש סעודה אין תלמוד תורה

דאנערשטאג פ' קרח - ג' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער


פארלאפענעם זינטאג נאכמיטאג האבן תושבי יוניאן ניו דזשערזי ווידער געהאט די זכי' אז די נשיא ומייסד היישוב כ''ק אדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א איז אנגעקומען בשערי העיר לכבוד דער מעמד החומש סעודה פון די ילדי תלמוד תורה באבוב 45 אין שטאט.

ביים אנקומען צום מעמד האט זיך די רבי באגריסט מיט די חשובע אדמור''ם רבנים עלטערן און זיידעס פון די חתני המקרא אויפן אויבן אן, צווישן זיי כ''ק האדמו''ר מלעלוב שליט''א פון ארץ ישראל אין גיסו הגה''צ אבד''ק באבוב 45 שליט''א, בעת ווען די קינדער פון די עלטערע כיתות האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשירה וזמרה. די מנהל הת''ת הרה''ג ר' יחיאל גלאנץ האט געעפענט די מעמד אין מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשם אלע תושבי היישוב און די הנהלת הת''ת אין ארומגערעט איבער די געוואלדיגע הצלחה וואס מען זעט אין אלע אפטיילונגען אין די מוסדות אין איבער די הצלחת הלימודים פון די קינדערליך אין די ת''ת. דאן האט אויפגעטראטן די רבינ'ס עלסטער איידעם הרה''צ ר' חיים ברוך האלבערשטאם שליט''א וועלעכע שטייט בראש פון אלע רוחניות'דיגע אנגעלעגנהייטן אין די קהילה ומוסדות אין יוניאן. רבי חיים ברוך האט ארויסגעברענגט זיינע טיפע הרגשים אז די רבי קומט באזוכן אין שטאט און די געוואלדיגע רשימה דקדושה וואס דאס לאזט איבער.

דערנאך האט די רבי אויפגעטראטן מיט ווארעם הארציגע דברות קודש ארויסברענגענדיג זיין גרויסן קורת רוח זעענדיג ווי די שטאט האט זיך אזוי שיין אנטוויקלט אין פירט זיך אויף דעם אויסגעטראטענע באבובער דרך על דרך התורה והמסורה שטארק אויסגעלויבט די רוחניות'דיגע סטאנדארטן אין שטאט. דאן האט די מנכ''ל המוסדות און יוניאן הרב לייבול האלפרין אויפגערופן העסקן הדגול הנגיד החסיד ר' בן ציון ליפא אייזנבערג וועם די רבי האט געשאנקען א מתנה א הערליכע זילבערנע האניג שיסל אין דאן זענען אלע קינדער חתני המקרא אדורך ביים רבי'ן מקבל זיין ברכות הקודש אין אויך א ספר חומש פונעם רבי'ן שליט''א.

ביים ארויסגיין האט זיך די רבי באגריסט מיט הרב טייטץ די רב פון די דערנעבענדיגע יישוב עליזאבעט וועלכע האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן א גריס פונעם בליענדע שטעטל יוניאן ארויסברענגענדיג זיין התפעלות ווי די רבי טוט אריינלייגן אזויפול עמל ויגיעה וואס דערקענט זיך אויף די תושבים.

ביים פארלאזן דעם בנין הת"ת איז די רבי צוגעפארן צום קאנסטראקציע זאנע אין שטאט, וואו עס ווערט אין די יעצטיגע תקופה אויפגעבויט די נייע מקוה טהרה. די רבי איז א לענגערע צייט געשטאנען און באטראכט די בוי ארבעט, הערנדיג א רעפארט פון די עסקנים, ווי אויך האט די רבי איבערגעשמועסט מיטן רב הרה"צ ר' חיים ברוך, די אלע הלכה'דיגע חומרות והידורים וואס ווערן איינגעפעדעמט אינעם מקוה. דאן איז די רבי אריבער אין שטוב פון הרה''צ ר' חיים ברוך, וואו עס איז פארגעקומען אן אסיפה מיט די עסקני וועד הישוב, וואו ס'איז אויסגעשמועסט געווארן די הרחבת גבולי הקדושה און די ווייטער'דיגע פלענער – סיי איבער עטליכע פרישע בנינים וואס ווערן אצינד אויפגעבויט אין יוניאן, ביים אסיפה איז צווישן אנדערע פראקלאמירט געווארן איבער די אויפבוי פון די קומענדיגע און דריטע ביהמ"ד דחסידי באבוב 45 אין שטאט, וואו די עסקנים האבן זיך שוין אין די יעצטיגע טעג אריינגעווארפן בעובי הקורה, און מ'האט שוין אנגעהויבן די קאנסטראקציע ארבעט אויפצובויען דעם נייעם ביהמ"ד, וועלעכע וועט לויטן פלאן זיין גרייט אין די קומענדיגע חדשים לשמחת לב פון אלע תושבי העיר. ביים פארלאזן דעם שטעטל האט די רבי ווארעם געוואונטשן אלע עסקנים העוסקים במלאכת הקודש מיט ברכות לרוב.















bottom of page