הונדערטער חסידים מיטגעלעבט געהויבענער חתונה פון ערשטע אייניקל פון האד' מוויז'ניץ פון ב''פ | באריכט
- בחצרות הקודש

- 21 ביוני 2023
- זמן קריאה 4 דקות
מיטוואך פ' קרח - ב' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרדיט אייזיק ח.
הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן זיך נעכטן מיטגעפריידט ביי די גרויסע שמחת החתונה בחצר הקודש וויזניץ אין בארא פארק, די חתונה פון די ערשטע אור אייניקל ביים וויזניצער רבי'ן שליט"א, בן לחתנו הגה"צ ר' אלימלך טירנויער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון גיסו הגה"צ ר' מאיר ברוך שטיין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א פון בענסענהוירסט, און איידעם ביי הרה"ק בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל.
די היסטארישע חתונה האט אויפגעברענגט גאר שטארקע התרגשות ביים ציבור, און ביי גאנץ כלל חסידי וויזניץ די בכל אתר ואתר, זייענדיג די ערשטע פיפטע דור פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, און אזוי אויך די ערשטע פיפטע דור פון הרה"ק ר' הערשעלע מספינקא זי"ע, ערשטע אור אייניקל פון הרה"ק בעל אור שלום זצ"ל, און ערשטע אור אייניקל פון הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א.
ועל כולם איז געווען די התרגשות ביי חסידי וויזניץ בעיר ואם בישראל בארא פארק, ווען מ'האט געהאט די זכיה מיטצולעבן די געהויבענע שמחת החתונה ווען רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א באשיינט בראש שמחתו ביי די חתונה פון די ערשטע אייניקל, לאנגע חדשים האט מען זיך שוין געגרייט צו דעם געהויבענעם מאמענט, און בין כותלי הישיבה והמוסדות האט מען געלערנט טויזענטער שעות רצופות לקראת די גרויסע שמחה בחצר הקודש.
ווי געמאלדן איז דעם פארלאפענעם שבת פארגעקומען די שמחת האויפרוף אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין בארא פארק, נאכפאלגענדיג מיט די שמחת הפארשפיל בתופים ובמחולות לכבוד די גרויסע שמחה בבית צדיקים, עס האט זיך אנגעזעהן א ריזן ציבור פון הונדערטער געסט וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם שבת של שמחה, וואס איז געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבענקייט.
זונטאג נאכט איז פארגעקומען די הקפות און חתן מאהל און ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין בארא פארק, און נעכטן אויפדערנאכט איז געפראוועט געווארן די גרויסע חתונה בדיצה וחדוה אין די זאלן פון תלמוד תורה בעלזא אין בארא פארק, וואו הונדערטער חסידים האבן זיך מיטגעפריידט און מיטגעהאלטן לענגערע שעה'ן בשמחת בית צדיקים.
ביי די מעמד קבלת פנים און חופה האבן זיך אנגעזעהן די געהויבענע עלטער עלטער פעטער'ס כ"ק האדמורי"ם לבית וויזניץ פון מאנסי, קייאמישע, וויליאמסבורג, ירושלים, און בית שמש, וועלכע זענען מכובד געווארן צו טאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה תיכף נאכן חופה אויפן הויעכן פלאטפארמע, אזוי אויך האט זיך אנגעזעהן דער עלטער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א וועלכער האט אויך געטאנצן מצוה טאנץ נאכן חופה, און דער עלטער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א וועלכער איז מכובד געווארן צו ליינען די תנאים ביים קבלת פנים.
ביי די מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא שליט"א, עדי קידושין זענען געווען הרה"ג ר' אברהם יצחק מערמלשטיין שליט"א מנהל רוחני אין תלמוד תורה וויזניץ בארא פארק, און הרה"ג ר' ישכר געלבמאן שליט"א ריש מתיבתא זיו התורה. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא אלעד שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים, מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן די צוויי זיידעס האדמורי"ם מפאלטישאן און חוסט שליט"א. נאכן חופה איז ווי דערמאנט פארגעקומען די מצוה טאנץ דורך די פעטער'ס האדמורי"ם, און דערנאך האבן אלע רבי'ס און מחותנים זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ בשבת אחים גם יחד.
די סעודת החתונה איז סערווירט געווארן פארן גאנצן ציבור אינעם ריזן זאל פון תלמוד תורה בעלזא, צום באשטימטן צייט איז דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ערשינען צום סעודת החתונה און מעודד געווען די ריקודין א לענגערע צייט, שעות פון התרוממות הנפש האט יעדן ארומגענומען ביי די סעודה און ריקודין, ווען די הונדערטער חסידים אין זאל און אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס הייבן זיך העכער און העכער טפחיים מעל הקרקע, א קאפעליע פון די אברכי הקהילה און תלמידי הישיבה האבן מהנה געווען בשירה וזמרה הייבענדיג דעם ציבור העכער און העכער.
דורכאויס די ריקודין זענען מערערע אדמורי"ם ורבנים געקומען באשיינען די שמחת החתונה, און זענען מכובד געווארן צו טאנצן מיטן חתן, די פעטער'ס כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ פון בית שמש, ביקסאד, קאסאני, טבא דשמואל ספינקא, הארדענקא, לויעב טשערנאביל, תולדות מרדכי, אשוי, אייזענשטאט, און דומ"ץ טאהש ב"פ, כ"ק האדמורי"ם מסקולען, טשערנאביל, סקווירא ב"פ, פאלטישאן פון ב"פ, ספינקא פון אכצן, פאפא ב"פ, ברעזנא, בוטושאן, בני כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הרה"צ ר' חיים מאיר האגער בן כ"ק אדמו"ר מויזניץ פון מרכז, און נאך חשובע רבנים וקרובי המשפחה.
ביים סוף טאנצן איז מען אריבער וואונטשן לחיים פארן רבי'ן און די מחותנים, בעת וואס די בחורים און אינגעלייט זענען ממשיך מיט לעבעדיגע ריקודין אין צענטער פון זאל, פארן בענטשן האט אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזין בדחנא דמלכא הרב שרגא רויזמאן, וועלכער האט אויסגערופן די דרשה געשאנק פון די בחורי הישיבות העכער צוואנציג טויזענט שעות רצופות.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער דאפלטער פעטער הגה"צ ר' יעקב יוסף פיש, ברכות ראשונות דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ, און ברכה אחריתא דער פעטער פון כלה הגה"צ ר' חיים מאיר האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי.
נאכן בענטשן איז מען צוגעטרעטן צום מעמד המצוה טאנץ, צום ערשט האט געטאנצן דער עלטער זיידע הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא, דערנאך דער זיידע כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן, און דער זיידע כ"ק אדמו"ר מחוסט. דערנאך איז דער פעטער כ"ק אדמו"ר מנדבורנא אלעד מכובד געווארן צו טאנצן מיטן חתן, און א עקסטערע ריקוד מיט זיין שווער כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א זיידע פון כלה. אזוי אויך דער פעטער כ"ק אדמו"ר מזאבליטוב און די אנדערע פעטער'ס פון חתן.
דערנאך האט מען אויפגערופן דעם דאלפטן עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, וועלכער האט געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה און מיטן חתן, און דערנאך א עקסטערע ריקוד מיטן פלומעניק כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. דערנאך האבן געטאנצן די צוויי מחותנים, און צום לעצט דער געהויבענער זיידע דער וויזניצער רבי, וועלכער האט געטאנצן פאר לענגערע מינוטן בשלהבת אש קודש.







תגובות