top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביאגראפיע • הגה"צ המקובל רבי אהרן מרדכי רוטנער זכר צדיק וקדוש לברכה | מראות חייו

דאנערשטאג פ' דברים - ב' אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך, יהושע פרוכטר


די שרעקליכע חלל וואס האט זיך געשאפן איבער די גאנצע וועלט מיטן הסתלקות לשמי מרום פון הגה"צ המקובל רבי אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל, שפירט זיך נאך אלס מיט א מורא'דיגע ווייטאג, אידן איבער די גאנצע וועלט באוויינען די שווערע אבידה שאין לה תמורה, הלא תדעי כי שר וגדול נפל בישראל, א געהויבענער חסיד ופרוש וואס איז געווען אויסגעטון מכל הבלי עולם הזה, אשר כל בית ישראל נשען עליו, כל רז לא אניס ליה, און פון זיין באשיידענע הייזקע אין ירושלים עיר הקודש האט ער פארשיינט די גאנצע עולם התורה והחסידות.


די שווערע אבידה האט אראפגעברענגט א שווארצע וואלקן פון טרויער און יתמות, פון נאנט און ווייט האט מען געהערט אידישע קינדער פון אלע שיכטן און קרייזן לאזן א טרער, און קלאגן אויף דעם מיתת צדיקים, הוא הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות. דער צדיק וקדוש וואס האט געדינט דעם אויבערשטן מיט העכערע השגות גאנצע זעקס און ניינציג יאר, כולן שווין לטובה און געלעבט א לעבן פון תורה קדושה וטהרה צדקות ופרישות כחד מחסידי קמאי.


מיט זיין פטירה איז פארלוירן געוואָרן אַ מוסטער פון א גאון עצום און תלמיד חכם מופלא ומופלג וואס איז געווען כל כולו תורה ועבודה; אַן איש מורם מעם וועלכער האָט זיך פורש געווען בתכלית פון אלע עניני העולם הזה; אַ מרביץ תורה ומוסר וואס איז כל ימיו אריינגעטון בהתמדת התורה, און איז געווען אין די בחינה פון "וילך משה", ווען בלויז מיט'ן אנקוקן דעם איד האט מען שוין געקענט אפלערנען אַ גאַנצער מוסר ספר, וואס דאָס איז אויסער זיין השפּעה בדיבור, בקדושה וטהרה ומהודו וזיוו, זייענדיג דער גרויסער מרביץ תורה ויראה פאר טויזנטער בחורים און אינגעלייט אין לויף פון צענדליגער יארן, ווען ער האט מרביץ תורה געווען פאר לאנגע יארן אויף א טעגליכן פארנעם אין די בארימטע טשעבינער ישיבה אין ירושלים, און איז געווען פון די געהויבענע משפּיעים אין בעלזא.


אַלעס אינאיינעם האט די אבידה פון אזא קאלירפולער אדם הגדול געשאַפן אַ ריזיגער חלל וואס וועט זיך לאַנגע יאָרן שפּירן אַלס אַן אבידה שאין לה תמורה. איך נפלו גבורים, ויאבדו כלי מלחמה. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.


חודש אלול תרפ"ז איז הרה"צ ר' אהרן מרדכי געבוירן געווארן צו זיין פאטער הגאון הצדיק ר' נחמן רוטנער זצ"ל רב און שוחט אין שטאט ברעזיף, א תלמיד מובהק פון הגה"ק ר' יואל צבי ראטה זי"ע אב"ד חוסט ומחבר ספר בית היוצר.


אלס בחור האט ער געלערנט אין די ישיבה אין באניהאד, און דערנאך אין די בארימטע ראחובע ישיבה, ביי הגה"ק ר' שלמה זלמן פריעדמאן זצ"ל אבד"ק ראחוב. שפעטער איז ער געפארן לערנען קיין פאפא, זייענדיג א תלמיד פון הגה"ק בעל ויגד יעקב מפאפא זי"ע. דארט אין פאפא האט ער געלערנט אינאיינעם מיט ידידו מנעוריו כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, וועלכע האבן ביידע צוגלייך אויסגענוצט יעדע איינציגסטע מינוט אין טאג פאר לימוד התורה מיט מסירת נפש.


משחר טל ילדותו איז ר' אהרן מרדכי געווען באקאנט מיט זיין געוואלדיגע התמדה און יגיעה בתורה, ער האט גארנישט געדארפט אויסער די הייליגע תורה, און געווען איינגעשפארט בד' אמות של הלכה פיר און צוואנציג שעה א טאג. נאך אלס קינד האט ער שוין געקענט גאנצע מסכתות און מקצועות אין שולחן ערוך בעל פה, יעדע לימוד וואס ער האט געלערנט האט ער געדענקט אויף אויסענווייניג מיט א הפלא'דיגע זכרון, און אלע יארן האט ער דאס איבער'געחזר'ט נאכאמאל און נאכאמאל. אויך האט זיין ברודער הגה"צ ר' יעקב בנציון רוטנער זצ"ל אבד"ק חליסה מעיד געווען אויף ר' אהרן מרדכי, אז ביי די ניין יאר האט ער זיך שוין געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ שולחן ערוך יורה דעה בעל פה.


ביים צווייטן וועלט קריג איז ר' אהרן מרדכי פארשיקט געווארן קיין אוישוויץ, וואו ער איז פאראורטיילט געווארן צו שרעקליכע און גרויזאמע עינויים קשים, מען האט אים געהייסן פארברענען די הייליגע קדושים, אריינגערעכנט זיינע אייגענע עלטערן און געשוויסטער, און מער ווי איינמאל איז ער געווען אויסגעשטעלט צו א זיכערע טויט, פון וואס ער איז געראטעוועט געווארן אין די לעצטע מינוט.


זייענדיג אין לאגער האט ער זיך מפלפל געווען מיט הגה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע בתורה והלכה, וועלכער האט באוואונדערט זיין קלארע ידיעה און השקפה. ער האט דארט אפגעשריבן די גאנצע מחזור לימים נוראים, די בעל תפילה זאל קענען דאווענען דערין.


די נאציס די רשעים ימ"ש האבן אים גאר שווער געפייניגט, מען האט אים צוקלאפט אין קאפ, פון וואס ער איז קיינמאל נישט געווארן אויסגעהיילט, עד יומו האחרון האט ער נישט געקענט דערליידן קיין ווינטן צוליב זיין קאפ שמערצן פון לאגער. טראץ די ביטערע יסורים און מיטמאכענישן האט ער נישט נאכגעגעבן קיין זיז כל שהוא פון זיינע קפידות בהלכה, ער פלעגט זיך נישט אראפלייגן נישט צוצוקומען צו קיין מכשולות ח"ו, און יעדע רגע האט ער אויסגענוצט צו לערנען און דאווענען.


נאכן קריג איז ר' אהרן מרדכי אנגעקומען קיין ארץ ישראל, און אריין לערנען אין די בארימטע ישיבה פון הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע, שפעטער האט ער זוכה געווען אנצוקומען קיין בעלזא, וואו ער האט געהאט די געוואלדיגע זכיה צו זיין דער משמש בקודש לפני ולפנים ביי מורו ורבו הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע, צו וועם ער האט זיך מדבק געווען בכל נימי נפשו, און זיך נישט גערירט פון אים כל ימי חייו. מיט מסירת נפש האט ער מקפיד געווען אויף יעדע מנהג קל וואס ער האט צוגעזעהן ביי זיין גרויסן רבי'ן, און געווען דער דולה ומשקה וממעתיקי השמועה פאר די יונגע חסידים.


בהגיעו לפירקו איז ער געווארן אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יוסף מאיר כהנא זצ"ל מספינקא ירושלים, די חתונה איז פארגעקומען בשנת תשי"ג, און ר' אהרן מרדכי האט אוועקגעשטעלט זיין שיינעם שטוב אין ירושלים. בחיי חותנו פלעגט ער אסאך דאווענען בבית מדרשו פון זיין שווער, און אזוי אויך האט ער קובע מקום געווען לתפילתו אין די בעלזא שטיבל אויף רחוב יצחק שולל.


נאכן הסתלקות פונעם הייליגן בעלזא רב זי"ע, האט ער זיך מקשר געווען צו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אלע יארן האט ער מיטגעהאלטן די תפילות און טישן אין בעלזא הויף, און געווען פאררעכנט צווישן די גאר חשובע אויבן אן אידן. אויך איז ער געווארן אויפגענומען אלס דיין ומורה צדק אין קהל מחזיקי הדת בעלזא, וואו ער האט געפ'סקנט שאלות פאר אידישע קינדער און מורה געווען דעם דבר השם זו הלכה.


ר' אהרן מרדכי האט מרביץ תורה געווען רבות בשנים, געדינט אלס מגיד שיעור אין טשעבינע ישיבה אין ירושלים, און יעדע וואך אויך פארגעלערנט א שיעור אין די בעלזא ישיבה. ער איז געווען מורא'דיג געטריי און איבערגעגעבן צו יעדן איינציגן תלמיד, און פרובירט אים צו דערהייבן בסולם העולה בית קל.


זיין עבודת הקודש איז געווען א שם דבר ביי יעדן איינעם, זיינע פייערדיגע תפילות, סיי אין א געווענליכע טעג, און בפרט ביום השבת קודש, ווען ער פלעגט דאווענען בקביעות ביים כותל המערבי. שפעט ביינאכט האט ער אנגעהויבן מיט זיין העכערע עבודה פון ליל שבת קודש, ער האט פארגעלערנט חסידישע ספרים פאר עטליכע שעה, און הערשט דערנאך זיך געזעצט פראווענען א געהויבענע סעודה, צו וואס פילע בחורים האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן.


הרה"צ ר' אהרן מרדכי איז געווען באקאנט מיט זיין געוואלדיגע בקיאות בתורת הקבלה, ער איז געווען א בקי בנגלה ונסתר, און געזעסן און געלערנט יעדן טאג אין ישיבת המקובלים שער השמים.


טראץ זיין הויכע עלטער און שוואכע כוחות האט ער נישט נאכגעגעבן גארנישט פון זיין הייליגע עבודה, די לעצטע פאר טעג איז ער ליידער געווארן זייער אפגעשוואכט, און דעם מאנטאג אויפדערנאכט איז ער נסתלק געווארן לגנזי מרומים, במעמד פון די בני המשפחה קינדער און מקורבים, און הונדערטער אידן וואס האבן אריינגעכאפט אין די לעצטע מינוטן צו כאפן א בליק אויף די הייליגע צורה אשר כל כולו אומר כבוד.


די הערליכע דור וואס ער לאזט איבער שפיגלט אפ איבער די גאנצע וועלט, זיינע חשובע קינדער און איידימער בנין וחתנין רבנן, בנו הרה"צ ר' דוד נחמן רוטנער, בנו הרה"צ ר' יצחק רוטנער, בנו הרה"צ ר' משה רוטנער, און בנו הרה"צ ר' ברוך צבי רוטנער שליט"א אדמו"ר מבית יוסף ספינקא בית שמש וראש ישיבת עריבות התורה.


די געהויבענע איידימער מחשובי האדמורי"ם, כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטאלטשאווא הרה"צ ר' יהודה יחיאל שיינפעלד שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראזלא שליט"א פון ביתר, און הגה"צ ר' משה אלעזר מאסקאוויטש שליט"א אב"ד תוצאות חיים בראכפעלד בן כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א.


דערצו לאזט ער איבער הונדערטער אייניקלעך תלמידי חכמים מרביצי תורה יראים ושלמים, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון בני ברק, הרה"צ ר' זושא האראנטשיק אב"ד ראדושיץ, און נאך חשובע רבנים.


אין לויף פון די יאהרן האט ער זיך משדך געווען מיט גאר אסאך מגדולי האדמורי"ם בארץ ובגולה, צווישן זיי האדמורי"ם מתולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, פשעווארסק, קאלוב, ספינקא, פינסק קארלין, טשארנאביל, משכנות הרועים, פאריסוב, מאקאווא, מעליץ, סאסוב, האחים האדמורי"ם מקאסאן, קאסאן לאנדאן, קאסאן הילקרעסט, קאסאן לעיקוואד, קאזעווע, קרעטשניף, קרעטשניף סיגעט, קרעטשניף קרית גת, קרעטשניף טרעבישאן, דעעש, זידטשויב, אוזרוב, סטראפקוב, שומרי אמונים אשדוד, ראחוב, לעלוב ניקלשבורג, מישקאלץ, חוסט ארה"ק, חוסט וומס"ב, ניקלשבורג, שאץ, טעמעשוואר, ספינקא ירושלים, סערדאהעלי, סערעדנא, גארליץ, סטאניסלאוו לאנדאן, האדאס, יעריסלאוו, און נאך.


ת.נ.צ.ב.ה.













































































Comments


bottom of page