top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע חיזוק באזוך פון האד' מקאסוב אין די הויפטקווארטיר פון רופא חולים RCCS אין וויליאמסבורג

זונטאג פ' פינחס - י"ג תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


דעם זינטאג איידער כ''ק האדמו''ר מקאסוב שליט''א לרפו''ש איז אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל האט די רבי שליט''א באזוכט אין די רופא חולים RCCS הויפטקווארטיר אין וויליאמסבורג, ווי עס איז פארגעקומען א ספעציעלע אויפנאמע לכבודו פונעם רבי'ן שליט''א.


דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די פעולות חובקות פונעם מייסד ומנהל רופא חולים הרה"ח ר' הערשל קאהן שליט"א און משמיע געוועהן דברות קודש פאר די עסקנים ווי די רבי האט אויסגעדריקט זיין התפעלות פון די מסירת נפש'דיגע עבודת הקודש פון די עסקני ופועלי המוסד. עס האבן אויך אויפגעטראטן דער מנהל הרב הערשל קאהן אין הרה''צ רבי יוסל מייזליש.


צום שלוס האט די רבי מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר אלע עסקנים אין אנגעוונטשן ר' זושא לאווי נ"י, אנפירער פון די רופא חולים מעדיקל דעפארטמענט, לכבוד די חתונה פון א קינד.




Comentarios


bottom of page