היסטאריע: האד' מצאנז וועט זיך אנשליסן אין בעפארשטייענדע "מסע הגדולים" קיין אמעריקא להצלת עולם התורה
- בחצרות הקודש
- 25 במאי
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 26 במאי
זונטאג פ' במדבר • כ''ז אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

היסטארישע נייעס קומט יעצט אריין שטייענדיג א קארגע חודש אפגערוקט פון די בעפארשטייענדע "מסע הגדולים" וואס איז געפלאנט אפגעהאלטן צו ווערן דעם קומענדיגן חודש סיון דורך די סאמע גרעסטע גדולי ראשי ישיבות פון ארץ ישראל קיין אמעריקע, איז היינט ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט זיך אנשליסן מיט די גדולי תורה און נעמען א חלק אין דעם היסטארישן נסיעה.
ווי ברייט באריכטעט דא אויף בחצרות איז דער רבי שליט"א פארבעטן געווארן דורך הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא להצטרף בצירופא דרבנן אויף די נסיעה, מיט'ן ציל אוועקצושטעלן א קראנטע פינאנציעלע בסיס פאר די ישיבות און כוללים אין ארץ ישראל אינעם יעצטיגן שעת השמד ווען עס הויערט די ביטערע גזירת הגיוס.
כאטש וואס דער רבי שליט"א איז שוין עטליכע יאהר נישט ארויסגעפארן פון ארץ ישראל, צוליב דעם וואס דאס פליען קען אים שאדטן צו געוויסע געזונטהייט אנגעלעגנהייט, האט די רבי דאך באשלאסן מיטצושטיין מיט די הייליגע אונטערנעמונג להצלת עולם התורה, און ארויספארן קיין אמעריקא אינאיינעם מיט די גדולי התורה.
לויט די יעצטיגע פלענער וועט די רבי שליט"א ארויספארן פון ארץ ישראל, אנהייב וואך פ' שלח און וועט פארוויילן אין ניו יארק אויף די נאכפאלגנדע צוויי וואכן.
די בשורה טובה איז אויפגענומען געווארן מיט אומבאשרייבליכע שמחת הלבבות ביי חסידי צאנז איבער גרעיטאר ניו יארק און קאנאדע וועלכע קוקן ארויס לראות פני מלכם און גרייטן זיך מיטצולעבן די לעכטיגע ימי ביקורי ענוים בזמן שהצדיק בעיר.
די פילע דעטאלן פונעם מסע המרומם ווערן יעצט אויסגעארבעט דורך די ארטיגע עסקנים פון אמעריקא וועלכע זיצן שוין אויף העפטיגע באראטונגען מיט די עסקנים פון ארץ ישראל מסדר צו זיין אלע פרטים פונעם היסטארישן באזוך.
גלייכצייטיג איז געמאלדן געווארן אז דער געפלאנטער שבת וואס דער רבי שליט"א האט געלאזט פראווענען שב"ק פ' שלח ביים כותל המערבי אינאיינעם מיט די נגידי ותומכי המוסדות, איז אפגעשטופט געווארן אויף אן אנדערע געלעגנהייט דעם זוממער.
תגובות