שיינער מעמד "קביעת מזוזה" אין מחנה שער יששכר דינוב דורך כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א
- Bechatzros admin
- 4 באוג׳
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' ואתחנן • ט' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

פאַַרלאָָפענעם פרייטאָָג (מטו"מ) איז אָָפּגעראָָכטן געוואָָרן דער שיינער מעמד "קביעת מזוזה" אין מחנה שער יששכר דינוב, ביי וועלכן כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א האָָט קובע געווען די מזוזה אויפ'ן פתח השער פונעם בנין הדארמיטארי אין קעמפּ.
במשך די איצטיגע טעג, האַַלט זיך כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א אויף אויף אָָפּרוה אין די קעטסקיל בערג, צוזאַַמען מיט די בחורי חמד תלמידים פון די דינובער ישיבות, ישיבה קטנה און ישיבה גדולה, וועלכע זענען מקבל לקחה של תורה מפּיו פון רבי'ן שליט"א.
באַַזונדער האָָבן די בחורים די זכי' מיטצולעבן די געהויבענע שבתים בצל הקודש פון דינובער רבי'ן שליט"א, וואָָס לאָָזט אויף זיי איבער אַַן השפּעה של קדושה אויף שטענדיג.
אין די לעצטע תקופה האָָט מען מוסיף געווען אינעם דינובער קעמפּ, אַַהערצושטעלן נאָָך א צאָָל צימערן, און פאַַרלאָָפענעם פרייטאָָג ערש"ק חזון איז דער רבי שליט"א ערשינען ביים בנין, וואו ער האָָט קובע געווען די מזוזה, על פתח השער.
דערנאָָך איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד וואו ער האָָט געפּראַַוועט דעם מסיבת לחיים, און נאָָכ'ן זינגן ניגוני התעוררות ודביקות, האָָט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, משולב מיט סיפּורי קודש מעניני דיומא.


תגובות