top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסיבת פרידה פאר בני תורה וועלכע פארן גרינדן א כולל אין ארלענדא

דינסטאג פ' מטות מסעי - כ"ב תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


א ספעציעלע מעמד מסיבת פרידה איז פארגעקומען נעכטן זונטאג אינעם עיר התורה לעיקוואד, לכבודם פון א קבוצה נכבדה אברכי הישיבה והכולל וועלכע גרייטן זיך ארויסצופארן קיין ארלענדא פלארידע, און אויפלעבן די ארטיגע ישוב מיט א תורה'דיגע שטימונג, אין שפיץ פונעם ראש הכולל הרב יום טוב גאלדבערגער שליט"א.


די מאסיווע פראיעקט אויפצולעבן די ארטיגע אידישע ישוב אין ארלענדא פלארידע, האט ערהאלטן ווארעמע הסכמות פון די גדולי ראשי הישיבות, אין שפיץ פון הגאון הגדול ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת בית מדרש גבוה, וועלכער האט שטארק געשטופט די אינגעלייט צו זיין א חלק פון דעם תורה רעוואלאציע, זייענדיג א הולך בדרכי אבות גייענדיג אין די פיס טריט פון זיין גרויסן זיידן הגאון רבי אהרן קאטלער זכר צדיק לברכה וועלכע האט ארויסגעשיקט די בני תורה אין מערערע שטעט אין יישובים איבער די פאראייניגטע שטאטן צו פארשפרייטן תורה איבער די וועלט, אצינד ווען די אינגעלייט גרייטן זיך שוין אריבערצוציען קיין ארלענדא פלארידע, וואו מ'וועט אנהייבן מיט א התחדשות די נייע אלול זמן, איז אפגעראכטן א מסיבת פרידה לכבודם אין די זאלן פון עטרת אסתר אין לעיקוואד, אין שפיץ פונעם ראש ישיבה הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א וועלכער האט איבערגעגעבן ווארעמע ברכות לכל העם הנאספים.

Comments


bottom of page