top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ווידיאו • האד' מצאנז קלויזנבורג ביים פארלאזן בארא פארק אויפן וועג קיין ארץ הקודש

זונטאג פ' כי תבוא - י' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

קרעדיט: משה ויסברג


היינט אום 12:00 אזיגער מיטאג א קורצע צייט נאך וואס כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזנבורג שליט''א האט פארענדיגט דאווענען האט די רבי פארלאזט ביתו נאווה קודש אין בארא פארק צום מסע הקודש קיין ארץ ישראל. צוליב די שפעטע שעה איז אפגערופן געווארן די געפלאנטער מעמד צאתכם לשלום אין די חסידים זענען בלויז דורך זיך געזעגענען פונעם רבי'ן שליט''א איידערן ארויספארן צום לופטפעלד. מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה מיטן ניגון כי מלאכיו יצווה לך, די רבי איז ארויסגעפארן מיטן שטעקן פון אביו הרה''ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזנבורג זי''ע וואס די רבי האט בירושה אין נאך פארשידענע כתבי קודש וואס די רבי האט מיטגענימען אלס א שמירה.


אום 12:30 האט די רבי פארלאזט בארא פארק מיט פאליצייאישע באגלייטונג, אין אנקומענדיג אינעם לופטפעלד האט זיך די רבי געזעגענט מיט די רבני וראשי הקהילה וועלכע האבן באגלייט דעם רבי'ן אין וועג. אין א קורצע צייט פאר 2:00 נאכמיטאג האט זיך דער עראפלאן געהויבן אויפן וועג קיין ארצינו הקדושה.

Comments


bottom of page