גאר שארפע ווערטער קעגן אגודת ישראל זענען היינט געהערט געווארן פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, ביים סעודת הילולא פון זקינו הרה"ק בעל ברכת אברהם מסלאנים זי"ע. דער רבי שליט"א האט געזאגט אז 'אגודת ישראל' פון היינט איז שוין נישט די זעלבע אגודה פון אמאל, וויבאלד אמאל האבן אלע פריעדיגע גדולי ישראל געאסר'ט אז א חבר הכנסת זאל דינען אלס א 'שר' אין די ממשלה, אין די צייט וואס היינט האט מען דאס מתיר געווען און איינער פון די חברי הכנסת אין 'יהדות התורה' איז איינגעשוואוירן געווארן אלס 'שר' אין די רעגירונג. דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט: "פון היינט און ווייטער קען מען שוין נישט זאגן אז מ'זאל גיין צו די בחירות!"... דערביי האט דער רבי שליט"א ארויסגענומען א בריוו פון טאש און אויפן בריוו זענען אונטערגעתמעט פיהר גדולי אדמורי"ם שליט"א וואס זענען אנגעשלאסן אין 'אגודת ישראל' ווי זיי זענען זיך מחייב אז א חבר הכנסת פון יהדות התורה וועט נישט דינען אלס א שר אין די רעגירונג.
top of page
Comments