top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורה רעכט אפ שולחן לחיים לרגל יום הבהיר היינטיגן כ''ד אייר

מונטאג פ' במדבר - כ"ד אייר תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט דוד כהן


נעכטן אויפדערנאכט נאך מעריב איז כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה שליט''א ארויסגעקומען פון דאווען שטוב, ווערנדיג עטנפאנגען בשירה וזמרה דורך די חסידים לרגל די יום הבהיר וואס געפאלט אויס היינט נאכט ליל כ''ד אייר, די רבי שליט''א האט אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבודו של יום, ווי מען האט געזינגען ניגוני הלל והודאה. די רבי האט געטרינקען לחיים אין משמיע געוועהן אמרי קודש, דערנאך האט הרה''ח ר' דוד משה סגל אנגעווינטשן דעם רבין בשם כל הקהל מיט אריכות ימים ושנים טובות אין אונז קענען פירן קעגן משיח'ן.


אין אנדערע נייעס איז כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה שליט''א פארגאנגענעם וואך דאנערשטיג אנגעקומען בראש קהל חסידיו קיין אתרא קדישא מירון שטייענדיג אין די טעג נאך ל''ג בעומר. די רבי האט געדאווענט מעריב אינעם מערת רבי אלעזר, מען האט געזאגט די מזמורי תהילים, אין דאן האט די רבי גענימען קוויטלעך פון די חסידים א לענגערע צייט אין מען האט געזינגען די פיוטים בר יוחי אין ואמרתם כה לחי, די רבי האט זיך משתטח געוועהן אויפן ציון הק' אין ביים ארויסגיין האט די רבי אפגעשוירן עטליכע ילדי חאלאקה.












Commenti


bottom of page