פארלאפענעם זונטאג האט כ"ק מרן אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א אפגעראכטן א סעודת הילולא אין ביהמ"ד הגדול אין בני ברק לרגל די יארצייט פון די זיידעס הרה"ק ר' שלום יוסף און הרה"ק ר' אברהם יעקב מסאדיגורא זי"ע.
ביים עריכת השלחן האט זיך דער רבי שליט"א צום ערשטן מאל אנגעטון א 'קאלפיק' כנהוג, נאכ'ן ממלא זיין מקום אביו זצוק"ל. אדמור"י בית רוזי'ן פלעגן זיך פירן צו גיין אנגעטון מיט א 'קאלפיק' אינדערוואכן ביי יעדע גרעסערע מאורע און אזוי אויך ראש חודש און דאס טוט דער רבי שליט"א ווייטער אנהאלטן במורשת בית אבותיו.
Comments