מאראקא - צוליב די שווערע סיטואציע אלוועלטליך מיט די קאראנע וויירוס, איז אויך אין מאראקא איינגעשטעלט געווארן גאר שטרענגע לאקדאון'ס מטעם די קעניגרייך, א זאך וואס אפעקטירט גאר שווער דאס אפשניידן און אימפארטירן די בארימטע מאראקא'נער אתרוגים צו די אינטערנאציאנאלע מארקעט ווי דער סדר אלע יארן. דערפאר האט די התאחדות - זייענדיג א קערפערשאפט וועלכע באגלייט און גיט די השגחה אויפן גאנצן שניט אין מאראקא פאר פילע סוחרים און אימפארטירער - ארויסגעשיקט א דרינגענדן בריוו צו הגאון רבי יאשיהו פינטו שליט"א וועלכער פארנעמט א הויכע פאזיציע אין די עולם הרבנות אין מאראקא און איז נאנט אינעם קעניגליכן הויף, און די השגחה בעט אויב עס איז שייך צו פועל'ן ביי די מלוכה מען זאל ערלויהבן די אתרוגים האנדל זאל קענען אנגיין ווי געהעריג. דער בריוו וועלכע איז געשיקט געווארן פארגאנגענעם סוף חודש אב איז די וואך געענטפערט געווארן דורכן רב שליט"א וועלכער שרייבט אז עס איז גאר שווער ביז כמעט אוממעגליך עפעס אויפצוטון אין דעם הינזיכט וויבאלד די רעגירונג איז זייער שטרענג אנטשלאסן נישט צו לאזן די מגיפה זיך פארשפרייטן אין לאנד. פארט אבער לגודל חביבותם פון די חשוב'ע רבנים הגאונים שליט"א שרייבט דער רב אז ער וועט פרובירן דאס בעסטע וואס ער קען צו שתדל'ן און מפציר זיין ביים מלך און די שרים אפשר וועט פארט געלונגען צו באקומען די ספעציעלע ערלויבענישן
top of page
Comments