פייערליכע חגיגת "הנחת אבן הפנה" אין "מתיבתא קעמפ - נחלת יעקב וויען" פארן אויפבוי פון נייעם דארמיטארי בנין
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
דעם פארגאנגענעם וואך צום שלוס פונעם זומער סעזאן איז בשעטו"מ געלייגט געווארן די "אבן הפנה" פארן פרעכטיגן נייעם "דארמיטארי בנין" אין "מתיבתא קעמפ נחלת יעקב וויען", צו ארייננעמען דעם גאלאפירנדן וואוקס פון תלמידי הישיבה כ"י.
דער מעמד איז געווארן באשיינט אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, און עס האבן אנטייל גענומען די חשובע הנהלת המתיבתא, הרבנים הגאונים מגידי שיעור ומרביצי תורה שליט"א, די פילע בחורי חמד תלמידי הישיבה, און א צאל נדיבי עם וואס האבן געהאט א חלק אין דעם גאר קאסטבארע פראיעקט.
צוליב די רעגן איז די מעמד פארגעקומען אינעווייניג אין ביהמ"ד פון ישיבה גדולה. דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' פישל לעווי שליט"א האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו צו דעם פרישן ווענדפונקט בתוך המחנה. מען האט דאן געהערט פאסיגע ווערטער פון הר"ר יוסף הלוי לעפקאוויטש הי"ו מראשי הנהלת המוסדות, וועלכער האט אויך באגריסט די נדיבים וועלכע זענען שוין אנטקעגן געקומען און איינגעהאנדלט זכותים אדירים אין דעם בנין, און דערביי אפעלירט צום גאנצן ציבור צו נעמען א חלק אין דעם גרויסן צוויי-מיליאן דאלער פראיעקט.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע ולכבוד העם הנאספים.
נאך די דברות קודש איז הנגיד ר' אהרן קליין הי"ו מכובד געווארן צו פארזאגן מזמורי תהלים כנהוג, און דער רבי שליט"א האט געגאסן די יסודות פארן בנין מפואר לקול תרועת השמחה פונעם פארזאמלטן ציבור.
דאן איז מען ארויס צום שטח, וואו דער רבישליט"א האט אריינגעלייגט דעם יסוד ואבן הפנה, אין די אויפגעגראבענע שטח הבני' וואו עס וועט געשטעלט ווערן די פונדאמענט פונעם בנין, עס האט נאכגעפאלגט מיט פרייליכע ריקודין, בשבח והודי' אויפן עבר און בליענדן הווה, און א תפלה אויפן עתיד בעזהשי"ת.





















תגובות