מיטוואך פ' תרומה - א' אדר תשפ"ג
בילד: שוקי לרר/JDN
קול בחצרות - חסידי ואוהדי בית לעלוב אין לאנדאן זענען איינגעהילט אין פרייד ווען עס איז אנגעקומען די בשורה טובה ומרנינה אז מען וועט האבן די זכיה אז כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועט מארגן דאנערשטיג מופיע זיין בהדרו בשערי העיר אויף א געהויבענע באזוך בקרב עדת צאן מרעיתו תושבי לאנדאן.
ווי ברייט באריכטעט דא אויף קול בחצרות איז אין די לעצטערע וואכן געעפנט געווארן די נייע בית מדרש פאר חסידי לעלוב אין לאנדאן, תחת נשיאותו והדרכתו פונעם רבין שליט"א, אצינד איז די רבי שליט"א נעתר געווארן לבקשתם פון די חסידים און וועט קומען צופארן ממקום מושבו פערזענליך צו באנייען דעם בית המדרש לתורה תפילה ולחסידות, און פראווען א געהויבענע שבת אין די נייע בית מדרש.
דורכאויס די וואך וועט די רבי שליט"א ארויפגיין לבתי נדיבים בעם אופצוטרייבן סכומים הגונים לטובת מוסדותיו הקדושים המתנוססים לתפארה, און אויפנעמען דעם ציבור חסידים לעצה ולברכה, די רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אין שטאט ביז דעם קומענדיגן דינסטיג פרשת תצווה, און וועט האבן די אכסניא אין די סטעמפארד הילל געגענט, בבית בנו הרה"צ רבי אלעזר מנחם מענדיל בידערמאן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מליעזש לאנדאן שליט"א.
א גרויסע ציבור חסידים תושבי העיר זענען ערווארטעט צו קומען מיטהאלטן די געהויבענע שבת, די תפילות און טישן וועט די רבי שליט"א אפרעכטן אינעם נייעם לעלובע'ר שטיבל אויף די סטעמפארד הילל גאס, ברוב עם הדרת מלך.
Comments