מעמד קביעת מזוזה און חנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד דחסידי ערלוי אין שטאט אשדוד
- Bechatzros admin
- 3 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 4 במרץ
מאנטאג פ' תצוה • ג' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
תלמידי וחסידי ערלוי אין שטאט אשדוד האבן פאריגע וואך מקבל פנים געוועהן מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וואס איז ערשינען אויף א באזוך אין שטאט לרגל די מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד דחסידי ערלוי, וואס איז געפייערט געווארן במקהלות עם רב.
ביים אנקומען האבן די חסידים אנטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א מיט פייערליכע גאזאנג און די ילדי החמד האבן מקבל פנים געוועהן מיט פאקלען, דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם נייעם ביהמ"ד, און דערנאך איז פארגעקומען די מעמד ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני שבח והודאה, און עס האבן אויפגעטרעטן הרה"צ רבי שלום צבי סופר בנו יחידו פון רבי'ן און שלוחי דרבנן הרב מאיר פרוש הי"ו, דער רבי שליט"א האט דאן געטרינקען לחיים און משמיע געווען לענגערע דברות קודש לכבוד המאורע. נאכו מעמד איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן לחיים און שלום נעמען.





Comments