top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גראנדיעזע חגיגת הכנסת ספר תורה בחצר הקודש בוהוש פאר רבינס ספר תורה געשריבן דורך עדת חסידי בוהוש‎

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 28 באוק׳ 2024
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 29 באוק׳ 2024

מאנטאג נח • כ"ו תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

ברגשי גיל ושמחת תורה גרייטן זיך הונדערטער חסידי בוהוש צום גראנדיעזן און היסטארישן חגיגת הכנסת ספר תורה פארן רבינס ספר תורה וואס עדת חסידי בוהוש - כאיש אחד ובלב אחד האבן געלאזט שרייבן אלס מנחת אהבה פארן מנהיג העדה כ''ק אדמו"ר מבוהוש שליט''א. דער לאנג ערווארטעטע מאמענט קומט נאך גאנצע פינעף יאר זינט די התחלת כתיבת ספר תורה אין טאג פונעם רבינס יום הבהיר ג' אלול תשע"ט, ווען חסידי בוהוש האבן אנגעהויבן שרייבן דעם ספר תורה  לזכותו פונעם רבי'ן שליט"א. א ספעציעלע געלעגנהייט איז געגעבן געווארן פאר אלע חסידים, בעלי בתים, אברכים, און בחורים צוגלייך צו קענען האבן א קרן נצחי אין דעם ספר תורה יעדער כפי דרגתו ומדרגתו. 


דעם זעלטן מהודר'דיגע ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך א סופר מומחה א ירא שמים, געשריבן מיט אלע הידורים, אויף א ספעציעלן פארמאט זייענדיג גאר קליין אין מאס אז עס זאל זיין לייכט זיך צו באנוצן דערמיט, סיי ביי הקפות אום שמחת תורה, און אזוי אין אנדערע זמנים איבער'ן יאר און אויף נסיעות.


די קייט פון ימי שמחה וועט זיך אנהייבן מיט א באשיידענעם מעמד סיום כתיבת אותיות פאר די יחידי סגולה וועלכע האבן געקויפט גרעסערע זכותים אינעם ספר תורה, ביי וועלכן די נגידים וועלן האבן די זכיה אריינצושרייבן די אותיות, נאכגעפאלגט מיט סיום כתיבת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א. זונטאג אווענט אור ליום ג' חשוון די הילולא קדישא פונעם הייליגן רוזינער זי"ע ראש השלשלת, וועט אפגעראכטן ווערן די פייערליכער מעמד גדול ונהדר ״חגיגת הכנסת ספר תורה״, וואס אנטשפרעכט צונויפצוברענגען הונדערטער חסידים זקנים עם נערים פון נאנט און ווייט, מיטצולעבן דעם מעמד ההוד לכבודה של תורה אין לכבודו פונעם רבי'ן שליט''א. 


די תהלוכה וועט ארויסגיין מביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א אינעם אלטן בוהושער קלויז, און עס וועט ווערן אריינגעפירט בתופים ובמחולות צום גרויסן היכל בית המדרש אויף רחוב חגי. שפעטער אויפדערנאכט וועט פארקומען די סעודה לגומרה של תורה אינאיינעם מיטן עריכת שולחן הטהור לכבוד די הילולא קדישא ג' חשוון אינעם גרויסן ביהמ"ד הגדול מודזיץ אויף רחוב חבקוק, נעבן די בנין ביהמ"ד הגדול.


דעם מוצאי יום טוב שמחת תורה נאכן מעמד הקפת שניות האט כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א געלאדענט די חסידים צו דעם מעמד ביום שמחת לבו און ארויסגעגעבן זיינע רגשי הלב צו דעם פריידיגן מאמענט, דערנאך האט דער משמש בקודש הרב שלום קויפמאן געלאדענט דעם גאנצן ציבור חסידים בארץ ובגולה צו קומען זיך מיטפרייען ביום חגינו אין דעם זמן קהילה לכל. 


ree

תגובות


bottom of page