top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנהלת מוסדות וויז'ניץ בארא פארק געשלאסן מקח אויף צוויי בניני המוסדות

דינסטאג פ' תרומה ל' שבט תשפ"ג

קרעדיט: בארא פארק 24


אין די יעצטיגע טעג האט הנהלת מוסדות וויז'ניץ אין בארא פארק תחת נשיאותו הרמה פון כ''ק האד' מוויז'ניץ בארא פארק שליט''א גומר געוועהן דעם מקח אויף צוויי גרויסער בנינים בטיבורה פונעם שטאט בארא פארק פארן געברויך פון די מוסדות נאכצוקומען דעם אויסנאמליכן בלי אין וואוקס אין סיי אין די ישיבה קטנה אין סיי די מיידל סקול וועלכע זענען ביידע אויסגעוואקסן איר געברויך


די עסקנים האבן זיך שוין מיט עטליכע יאהר צוריק אריינגעלייגט צו טרעפן צוויי פאסיגער ערטער פאר די בניני המוסדות, אין דער וואך האט מען בסיעתא דשמיא ובברכותו פון כ''ק האד' מוויז'ניץ בארא פארק געשלאסן מקח אויף די צוויי בנינים מפוארים אין הארץ פון בארא פארק געבנדיג דעם געלעגנהייט זיך צו פארברייטערן און מרחיב זיין די גבולי הקדושה אויף איין, און עווענטועל קענען פארברייטערן די בניני המוסדות ביתר שאת ועוז


דער ערשטע מקח איז געשלאסן געווארן אויף א וועירהאוז אויף די 60'סטע גאס צווישן די 11 אין 12 עוו. וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די ישיבה קטנה ווי עס לערנען היינט העכער הונדערט בחורים בלי עין הרע, אין איז ביז דערווייל סטאנציאנירט העכער דעם ביהמ''ד הגדול אויף 53 ביי ניוטריק, דער נייע רחוות'דיגער לאקאל וועט ברענגען א שטארקע הרחבת הדעת פאר די בחורים אין מרביצי תורה


דער צווייטער מקח איז בשעה טובה געשלאסן געווארן אויף א ריזן שטח רחבת ידיים אויף די 41 גאס נישט ווייט אוועק פון די ביז יעצטיגע מיידל סקול ווי עס וועט לויטן יעצטיגן פלאן אויפגעבויעט ווערן א פרעכטיגער 5 שטאקיגע בנין אין וועט אנהאלטן צענדליגע קלאס צימערן, א אודיטוריום, חדר אוכל, שפיל הויף, און נאך פילע איינריכטונגען פארן געברויף פונעם מוסד


די הנהלת המוסדות האפן שוין אין די גאר נאנטע צוקומפט אנצוהייבן די קאנסטרוקציע ארבעט מען זאל זיך ווי אום שענלסטן קענען אריינציען אין די צוויי נייע געביידע'ס וואס וועלן געבויעט ווערן לשם ולתפארת


בורא עולם בקנין השלם זה הבנינים



דער שטח פארן מיידל סקול


די נייע וועיר-האוז פארן ישיבה קטנה


bottom of page