פארלאפענעם זונטאג איז פארגעקומען די 'מעמד חנוכת הבית ופתיחת שערים' פאר דעם נייעם פראכטפולן בנין האדיר 'מרכז הכוללים ד'שיכון סקווירא' וועלכע איז געבויעט געווארן מיט א שנעלקייט אין א צייט-אפשניט פון ווייניגער ווי צוויי יאהר (!), נאכדעם וואס דער פריעדיגע בנין איז צוזאמגעווארפן געווארן און אויף איהר פלאץ וועט געבויעט ווערן א טייל פונעם נייעם בית המדרש הגדול והחדש ד'שיכון סקווירא. א נאכט איידער די מעמד 'פתיחת שערים', איז כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אראפגעגאנגען באקוקן דעם בנין מפואר אויפן פארלאנג פון די הנהלת הכולל און נדיבים בעם וועלכע האבן אריינגעלייגט אזויפיל בלוט און שווייס בדמים תרתי משמע אויפצובהיען דעם בנין מפואר און האבן געוואלט אז דער רבי שליט"א זאל דאס קומען באטראכטן. עס איז געווען גאר אינטערסאנט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם באזוך פון רבי'ן שליט"א אין היכל הבנין המפואר, ווען אויף יעדן פרט וואס מען האט געוויזן פאר'ן רבי'ן, האט זיך דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט בצחות לשונו מיט א זעלטענעם דברי פי חכם חן: ווען מ'האט געוויזן פאר'ן רבי'ן די שיינע לעקטער אינדרויסן פונעם בנין האדיר וועלכע שיינען מיט א פרעכטיגקייט אין די נאכט-שטונדן, האט זיך דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט: "ס'שטייט דאך והגית בו יומם ולילה. האט מען געוואלט אז ביינאכט זאל עס אויך זיין שיין"... ווען מ'האט געוויזן פאר'ן רבי'ן שליט"א אז די טייעל'ס פון די פלאהר זענען אויך געמאכט פון מארמארשטיין, האט זיך דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט: "אין די חסידישע ספרים שטייט אז אפילו דאס 'ארציות' דארף מען אויך מעלה זיין. אפילו די פלאהר'ס זענען אויך פון מארמוירשטיין. כ'האב געהערט אז ס'איז א שיינע בנין אבער ס'איז אינו דומה שמיעה לראיה: "'ס'איז ממש א פאר! לרומם בית אלוקינו אה!"... ווען מ'האט געוויזן פאר'ן רבי'ן די הערליכע און רחבות'דיגע 'קאווע שטיבל', האט זיך דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט: "אויף יעדן פרט ופרט האט מען אריינגעלייגט א 'פאר'. מ'האט דאך געשמועסט אז ס'איז געמאכט אינדרויסן שיין פאר ביינאכט אויך, איז טאמער עמיצער פארלענט זיך ביינאכטאון ס'איז דא א הוא אמינא אז ער זאל נישט אנטשלאפן ווערן, נעמט ער אויך אביסל קאווע אז ס'זאל אים צוריק מחזק זיין. איז עס דאך אודאי א 'הכנה צו די מצוה"... ווען איינע פון די אוועזנדע האט זיך געטרויעט צו פרעגן, אויב האט מען געמעגט אויסגעבן אזויפיל געלט, אז אפילו די ווענט פון ביהמ"ד זענען באדעקט מיט טייערע מעבל, האט זיך דער רבי אנגערופן: "מסתמא פרעגן דאס די וואס זענען ביי זיך זייער מצמצם, ניין? געווענליך פרעגן אזעלכע שאלות די וואס זענען ביי זיך זייער מצמצם... אנדערע פרעגן נישט, אנדערע ווייסן אז דאס איז נישט נאר קיין גשמיות, דאס איז 'רוחניות' אויך! היינטיגע צייטן ספעציעל וואס עס איז אן אנגעשטרענגטע דור, איז דאס לערנען אנדערש ווען ס'איז בהרחבת הדעת. כ'זאג אייך קלאר: "עס איז נישט קיין גשמיות!"... דערביי האט דער רבי שליט"א דערציילט: "די בארימטע 'ישיבת חכמי לובלין' האט שוין געהייסן ממש א חידוש בימים ההם, דאס איז געווען דער יוצא מן הכלל! דעמאלט איז געווען אז די וואס זענען געזעצן און געלערנט האבן געגעסן 'טעג' און די בעלי בתים זענען געווען איינער 'בעסער' און איינער 'נאך בעסער' און איינער 'נאך בעסער'... און לגבי שידוכים האט מען אראפגעקוקט אויף די לומדי תורה. האב איך געהערט פון טאטן ז"ל אז א בן תורה האט מען נאר גענומען ווען די טאכטער איז געווען הינקענדיג צו א בעלת מום ל"ע, ווייל מ'האט אראפגעקוקט. האט רבי מאיר שפירא געזאגט אז ער קען נישט צוקוקן די השפלה פון אידן וואס זיצן און לערנען, האט ער געוואלט אביסל אויפהייבן דעם כבוד התורה הן לגבי שידוכים און הן לגבי אנדערע זאכן" – און דער רבי האט אויסגעפירט:"סוף סוף שטייט דאך 'לרומם את בית אלוקינו'. זעהט מען דאך אז עס איז די רצון השם אז ס'זאל זיין שיין. דאס איז 'כבוד התורה' אויך".... דער רבי שליט"א האט פארגעזעצט: "אסאך מאל ווען רבנים אסאך מאל ווען רבנים קומען אז זיי ווילן בויען אדער קויפן א ביהמ"ד, האב איך שוין געזאגט נישט פאר איינעם אז פארצייטנס האבן געקענט לערנען לכל הפחות פיר אידן ביי איין גמרא מיט איין לעכטל ביינאכט, אבער מיט דאס אנגעשטרענגטקייט פונעם עולם היינטיגע צייטן גייט עס נישט אזוי. האב איך געזאגט אז אויב זיי ווילן האבן א פלאץ אז מ'זאל קענען דאווענען און לערנען, מוזן זיי אריינלייגן כוחות אז ס'זאל זיין שיין בגשמיות אויך. אפאר האבן מיר נאכדעם געגיבן א יש"כ פאר דעם, זיי האבן געזאגט אז דאס האט זיי געראטעוועט דעם ביהמ"ד! ווייל ס'גלוסט זיך אריינצוגיין. אין אזא מקום, ס'גלוסט זיך צו לערנען און ס'גלוסט זיך צו דאווענען!"... ווען מ'האט געוויזן פאר'ן רבי'ן שליט"א די פראכטפולע 'אוצר הספרים', האט דער רבי רעאגירט: "ס'איז וויכטיג צום לערנען אויך, און טאמער איינער וויל עפעס נאכקוקן אדער מחדש זיין וכדו', איז עס א געוואלדיגע סיוע. מ'קען אמאל ווארטן אפאר וואכן ביז מ'קומט אהן צו עמיצן וואס האט דעם ספר און ביז מ'טרעפט דעם ספר. געלויבט דער אייבירשטער וויפיל מורי הוראות און מגידי שיעורים ס'זענען שוין ארויס פון דעם כולל קע"ה, כה יתן ה' וכה יוסיף אי"ה! אה, ס'איז א נחת צו קוקן". דער רבי האט פארענדיגט דעם באזוך זאגענדיג בענוות חן: "כ'בין נישט קיין גרויסער בילדער. אבער אויף דעם דארף מען נישט זיין קיין גרויסער מבין אז ס'ליגט מוח און כוח און הארץ אויף יעדע פרט ופרט. כ'האב געזאגט פון די ערשטע מינוט אז מ'דארף זיין הונדערט פראצענט רואיג, ווייל מ'האט נישט צובראכן דעם אלטן בנין נאר מ'האט עס סותר געווען כדי צו בויען א גרעסערע און א שענערע בנין, און דער אייבירשטער זאל העלפן ס'זאל זיין מוסיף והולך אין די השפעו"ט אויך".
top of page
bottom of page
Comments