top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וכבוד גדול עשו לו במותו • מסע הלוי' פון כ''ק האד' מחוסט זכר צדיק לברכה

דינסטאג פ' תרומה ל' שבט תשפ"ג

בילד קרעדיט: בארא פארק 24


וכבוד גדול עשו לו במותו


טויזענטער אידן האבן היינט באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון כ"ק אדמו"ר מחוסט זצ"ל פון די חשובע אדמו''רים אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק, וועלכער איז דעם זינטיג נאכט נתבקש געווארן לישיבה של מעלה


אום 10 אזייגער אינדערפרי איז די מיטה אנגעקומען להיכל בית מדרשו אויף די 16'טע עוועניו אין בארא פארק, ווי די רבי זצ"ל האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש רבות בשנים, צום ערשט האבן מספיד געווען אחיו הרה"צ רבי ישראל יעקב לייפער אדמו"ר מחוסט, און הגה"צ רבי ישראל יעקב שיק אב"ד טאקאי א פלאמעניק פונעם נפטר, דערנאך זענען געהערט געווארן די הספדים פון ש"ב כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמץ דומ"ץ סקווירא ב"פ, מחותנו הגה"צ גאב"ד בראשוב, הגה"צ רבי חיים האגער אב"ד זאליטשיק לאנגיעריגע מרביץ תורה אין דעם ריבנס ישיבה 'תורת חסד', הגה"צ רבי אברהם מנחם רייך אב"ד רימנוב, הרה"ג רבי חיים יעקב אונגער א תלמיד מובהק פונעם רבין זצ"ל, און די חשובע איידעמער הרה"ג ר' שמעון מרדכי יונגערווירטה שליט"א מרביץ תורה אין חוסטע בית המדרש אין בארא פארק, או הרה"ג ר' דוד פאללאק שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בראשוב שליט"א


די חשובע מספידים האבן פה אחד באוויינט די גרויסע אבידה שאין לה תמורה און ארויסגעברענגט די שטארקע מסירות נפש פונעם רבין און זיין גדלות בתורה עבודה ובגמילות חסדים, זיין הרבצת התורה, השתפכות הנפשדיגע תפילות, און זיין געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט פארן כלל און פארן פרט, אין געבעטן א תפילה אויף ווייטער אז ויושר יליץ בעדנו, די רבי זכר צדיק לברכה זאל זיין א מליץ יושר פאר זיינע תלמידים הקרוים בנים, ובעד כל כלל ישראל


נאך די רירנדע הספדים האבן פילע אידן באגלייט די מיטה ברחובה של עיר, אין שפיץ פון חשובע אדמורי"ם ורבנים ומנהיגי הקהילות פון שטאט, צווישן זיי: כ"ק האדמורי"ם מבאבוב 45 - בית חיים יהושע - וויזניץ ירושלים - ספינקא - דינוב - טשערנאביל - נדבורנא בארא פארק - בורשטין - אונגוואר - בלאזוב - בלאזוב ריבאטיטש - ווערדאן פון בארא פארק - קאליש - ליסקא - רימנוב - פאפא ב"פ - דאמבראווא - האדמורי"ם לבית חוסט - גאב"ד טענקא - אב"ד סאטמאר ב"פ - אב"ד היבנוב - אב"ד נעפלעמיץ - גאב"ד קארלסבורג - אב"ד יאזלאוויץ און נאך.


נאך די לוי' אין בארא פארק איז די מיטה אנגעקומען קיין מאנסי ווי די רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה אויפן נייעם בית החיים הר שלום אין עירמאנט, ווי עס האבן זיך געזעגנט מיט קארצע דברי פרידה די חשובע איידעם הרה"ג ר' שמעון יונגערווירטה, און די פלאמעניק הרה"צ רבי יצחק אשר ישעי' לייפער אדמו"ר מחוסט נאדבורנא, ביים לוי' אויפן בית החיים אין מאנסי, האבן זיך אנגעזעהן כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי, כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי, און הגה"צ אב"ד סאלקא


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים

bottom of page