כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א האט זיך היינט ארויס געלאזט אויפן וועג קיין ארץ הקודש ווי די רבי וועט זיצן שיבעה על פטירת אביו הגה"צ גאב"ד מירון זצ"ל, אינאיינעם מיט די ברידער'ס הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א בבית אביו און אתרא קדישא מירון.
עס זיצן שבעה די חשובע קינדער, הגה"צ ר' טובי' שטערן שליט"א, הגה"צ ר' אליהו שטערן שליט"א אב"ד מאורי אור רחובות, הגה"צ ר' אלעזר שטערן שליט"א אב"ד מאורי אור אשדוד, הגה"צ ר' ברוך שטערן שליט"א פון מאנסי, כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א, און הגה"צ ר' חיים שטערן שליט"א מרבני קהילת ויזניץ בארה"ק.
מוצש"ק האט די רבי געזוצן שיבעה בביתו און קרית טאהש קנאדע, ווען עס זענען געקומען מנחם אבל זיין צווישן אנדערע דער פעטער כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, הרה"צ רבי יואל יחיאל קאהן אבד"ק תולדות אהרן קרית יואל בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, הרה"צ רבי חיים ברוך לייפער שליט"א אין נאך.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
Comments