top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד אדיר התחלת כתיבת ספר תורה בחצר הקודש ליזענסק



שישו ושמחו בשמחת התורה: פארלאפענעם דאנערשטאג פר' עקב העעל"ט איז פארגעקומען בהיכל ישיבת נועם אלימלך ליזענסק דעם מעמד אדיר 'התחלת כתיבת ספר תורה' בראשית כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א. לז"נ דער געטרייע מנהג העדה האדמו"ר בעל נועם יוסף מליזענסק זצ"ל.


דער סעדות של מצוה לכבודה של תורה, וואס איז פארגעקומען בהיכל השלחנות ווי עס האבן זיך באטייליגט פילע יוצאי הישיבה, תלמידים וחסידים פון רבי'ן זצ"ל, צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' שרגא יודא שטערן שליט"א דער ראש הישיבה ארום רעדענדיג זכרונות פונעם זיידן דער רבי'ן זיע"א, און די געוואלדיגע ענין פון שרייבן א ספר תורה לז"נ הטהרה, דער ראש הישיבה שליט"א האט געענדיגט זיינע ווארימע ווערטער מיטן אנווינטשן די אלע וואס וועלן זיך משטתף זיין מיט גרעסערע סכימים.


אלץ נועם הכבוד האט געדינט הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א מנה"ר ת"ת אור יוחנן ראחמיסטריווקא ומחשיבי יוצאי הישיבה, וואס האט פאר א לענגערע צייט פארציילט ספרים און עבדות אויף געטרייע פסטך דער רבי זיע"א און פון די לעכטוגע שבתים בצל הקודש פון יענע יארן.


דערנאך האט אויף געטראטן הרה"ג ר' צבי ארי' אינדורסקי שליט"א אן עיידעם ביי ר' שלום פויגל און פון די חשובע תלמידים פון הרה"ק מבעלזא זיע"א וואס שטייענדיג בעצם יומא דהילולא האט ער פארציילט ספרי קודש, פארציילענדיג ווי אזוי בעלז איז געווען אמאל. אינמיטן זיינע ווארימע ווערטער איז כ"ק האדמו"ר מליזענסק שליט"א ערשינען צום מעמד.


נאך זיינע ווארומע ווערטער האט מען געזונגען ווארימע נגינים. נאכדעם האט כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א געטרינקען לחיים אין געווינטשן אין דערנאך משמיע געווען לענגערע דברות קודש.


דערנאך איז פארגעקומען דער הויכעפונקט פונעם מעמד ווי דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן אן אוית אונעם ספר תורה, דער נאך האט דער ראש הישיבה שליט"א, נאכן התחלה האט מען זיך ארויס געלאזט און פייערדיגע רקידון של שמחה פאר א לענגערע צייט, במשך די רקודון האבן אריינגעשריבן אויתיות די חשובע רמ"י הישיבה, און די אלע עסקנים און די אלע וואס האבן זיך משתטף געווען מיט גערעסערע סכימים.


דערנאך האט מען געבענטשט, דער רבי שליט"א האט מכבד געווען מיטן בענטשן הרה"ג ר' צבי ארי' אינדורסקי שליט"א דערנאך איז פארגעקומען תפילת מעריב. נאך תפילת מעריב זענען די חשובע באטייליגטע זיך ארובער געזעגענען ביים רבי'ן שליט"א. ארום 11:50 האט דער רבי פארלאזט דעם שטאט ארויספארענדיג קיין קרית טאהש לרגל ז"ך אב יומא דהילולא פון זקינו מרן הרה"ק מטאהש זיע"א. גדול יהיה כבוד המעמד הזה.

Comments


bottom of page