top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה''צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בן האד' מסקווירא אפגעפלויגן אויף א בליץ באזוך קיין ארץ ישראל

דינסטאג פ' תרומה ל' שבט תשפ"ג

בילד קרעידט איציק ו. בחדרי חרדים


קול בחצרות - הרה''צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פון כ''ק האד' מסקווירא שליט''א וועט מארגן מיטוואך אנקומען אויף א קורצע באזוך קיין ארץ ישראל, לכבוד עטליכע שמחות צווישן זיי די חתונה בחצר הקודש מכנובקא בעלזא הכלה תחי' בת הרה''צ רבי בערל רוקח בנו הגדול פון כ''ק האד' ממכנובקא בעלזא שליט''א, אין די חתונה בבית ידידו הרה''צ ר' שריהו טווערסקי מטריסק מאנטריאל, במשך די קורצע ימי הביקור וועט ער באשיינען א רייע מעמדים אין מאורעות אינערהאלב די סקווירא קהילה אין ארץ ישראל אריינגערעכנט די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם סקווירא שטיבל אין די רמה ד' געגענט אין בית שמש, אויף שבת וועט זיך הרה''צ רבי אהרן מענדיל אומקערן למעונו אין שיכון סקווירא

Yorumlar


bottom of page