צהלי ורוני יושבת ציון
מיט כבוד והערצה האבן הונדערטער תלמידים וחסידים בארץ הקודש היינט מקבל פנים געווען כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א ביקור קודש קיין ארץ ישראל מחזק צו זיין קהל חסידיו ועדת צאן מרעיתו, און אריינבלאזן הויפענעס חיזוק און תורה וחסידות פאר די בני ארץ ישראל.
ווי באקאנט קומט דער רבי צופארן יעדעס יאר אין די זוממער וואכן אויף א לענגערע באזוך קיין ארץ ישראל, וואו דער רבי טוט פראווענען געהויבענע שבתים און פארלערנען שיעורים און שמועסן מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים, אין די לעצטערי יאהרן האבן די חסידים אין ארץ ישראל געעפענט א ביהמ''ד אין אצינד האט מען אפגעקויפט א גרויסע שיינע בנין אין די גבעת משה געגנט אין ירושלים, וואו מען קומט זיך צוזאם כסדר בשבת אחים גם יחד אויפן סטוטשינע דרך בשיטתו הברורה פונעם רבי'ן שליט"א.
אצינד איז דער רבי נעתר געווארן לבקשת אנשי שלומו וקהל חסידיו בארץ הקודש, צו קומען אויף א געהויבענע ביקור חיזוק און דערביי אוועקשטעלן א יסוד איתן פאר די קהילה קדושה תולדות יהודה דתלמידי סטוטשין אין ירושלים עיר הקודש, ווען אין שפיץ פון די נסיעה וועט פארקומען די גייסטרייכע מלוה מלכה און כינוס התלמידים אין די בית ישראל זאל אין ירושלים, לטובת די קרן הבנין אוועקצושטעלן דעם בית מקדש מעט בעיר ה' שמה.
היינט מיטוואך אינדערפרי איז דער רבי אנגעקומען בשערי ארץ הקודש, וואו עס האבן אפגעווארט פילע חסידים ואנשי מעשה, דער רבי איז צוגעפארן קיין ירושלים וואו עס קומען פאר די תפילות אין בית המדרש בית אהרן אויף רחוב תורה מציון, מארגן דאנערשטאג נאכט וועט דער רבי איבערגעבן א שמועס אויף די פרשה אין ביהמ"ד הגדול קאליב אויף רחוב חנה אין ירושלים, און דעם קומענדיגן זונטאג וועט דער רבי פארלערנען א טיפזיניגע שיעור בהלכה ואגדה ודברי הדרכה אין היכל ישיבת מיר אין ירושלים.
די געהויבענע שבת וועט געפראוועט ווערן אויף א גרויסע פארנעם אין די בית ישראל געגנט, אינעם ריזן נייע היכל בחצר הקודש פינסק קארלין, צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס איז ערווארטעט מיטצוהאלטן די געהויבענע תפילות און טישן בצל הקודש.
פרייטאג צונאכטס וועט דער רבי צום ערשטן מאל אין היסטאריע אריינקומען צום טיש אנגעהויבן פון שלום עליכם, אין א זעלטענע שריט וועט דער רבי קידוש מאכן ברוב עם, און ממשיך זיין מיטן שולחן הטהור אויפן סטוטשינע נוסח ברוב עם הדרת מלך.
댓글