top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקרעטשניף סיגעט אנגעקומען קיין ציריך שווייץ

מיטוואך פ' תרומה - א' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א האט צופרי געלאנדעט אין ציריך שווייץ אויף א קורצע אפשטעל זייענדיג אונטערוועגנס קיין דאבאס שווייץ אויף מנוחת הנפש, די רבי שליט"א איז פונעם לופטפעלד אריינגעפארן אין שטאט לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני המפואר הרה"ח ר' ישראל אהרן פרידמאן.


אין די נאכמיטאג שעות האט זיך די רבי שליט"א געוואשן צום סעודת ראש חודש אין די אכסניא מלובש בבגדי שבת, ווי עס האבן זיך באטייליגט א שיינע ציבור ידידים ומעריצים תושבי העיר, דערנאך האט די רבי אויפגענימען דעם ציבור לעצה ולברכה פאר עטליכע שעה.


מארגן דאנערשטיג וועט די רבי שליט"א פארזעצן מיט די נסיעה קיין דאוואס ווי די רבי שליט"א וועט זיך אויפאהאלטן אויף אפרוה, אין די קרעסטא האטעל, ביז דעם קומעדיגן וואך.






bottom of page