top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממכנובקא בעלזא אין בארא פארק

מאנטאג פ' משפטים ה'תשפ"ג



קול בחצרות - כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א איז נעכטן זינטיג אינדערפרי אנגעקומען צוגאסט אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגער וואך אין ראם פונעם ביקור קודש לטובת די נייע ביהמ''ד הגדול אין בני ברק


אום 10 אזייגער אינדערפרי האט די רבי געדאווענט שחרית בבית מדרשו אין בארא פארק, שפעטער פארנאכטס איז די רבי אנגעקומען אין די זאלן פון בית מדרש ווי עס איז פארגעקומען א כינוס התחזקות און אסיפת ילדי תשב"ר דחסידי מאחנובקא בעלזא אין אמעריקא, ביים אנקומען האבן די ילדי חמד מקבל פנים געווען דעם רבין שליט"א בשירה וזמרה ברוב רגש אנגעטוהן בבגדי שבת, די לאנג יעריגער מחנך הרה''ח ר' בערל סופר האט מקדם געווען בברכה דעם חשובן גאסט, דאן האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די הונדערטער ילדי החמד, נאך די הארציגע דיבורים פונעם רבין שליט''א האט מען ממשיך געווען מיט פרייליכע ניגונים, ווען דערביי האט זיך די רבי אויפגעשטעלט אויף א רקידה און דער מלמד ר' בערל סופר האט געזינגען פאסיגע חרוזין לכבוד המאורע, צום שלוס פונעם מעמד זענען די קינדער דורך ביים רבי'ן שליט"א וועלכע האט פארטיילט א תהילים און געבענטשטע מטבעות פאר די ילדי התשב"ר


נאכן מעמד איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי בית בעלזא און טשערנאביל און דעם בעל שם'ס ספר, די טשערנאבלער רבי האט מכבד געווען דעם רבין מיט לחיים און ארויסבאגלייט ביז צו דער גאס


פון דארט איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביים פלאמעניק כ''ק האד' מקאליש שליט''א אין פלעטבוש אין ביים פלמעניק כ"ק אדמו"ר מראדוויל פון בארא פארק, שפעטער באנאכט איז פארגעקומען א רייכע באנקעט לטובת היכלי הקודש, אין שטוב פון הנגיד ר' אהרן פרידמאן, נאך מעריב זענען אריין לקודש פנימה די נדיבים איבערגעבן די תרומת הקודש







Comments


bottom of page