top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האדמו''ר מאמשינוב ארה''ב באזוכט בארה''ק

זונטאג פ' בשלח ז' שבט ה'תשפ"ג



קול בחצרות - פארגאנגענעם ליל שישי איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים לכבודו פון כ''ק האד' מאמשינוב שליט''א פון אמעריקא וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך קיין ארץ ישראל נאך איבער א האלבע יאהר וואס דער רבי האט זיך אריבערגעצויגן קיין אמעריקא אין קובע מקום געוועהן אין בארא פארק, דער מעמד איז פארגעקומעון אין שטוב פון הרה"ג ר' ישראל חיים הלפרט אין בני ברק. שפעטער באנאכט האט זיך די רבי שליט''א באטייליגט ביי די שמחת הבר מצוה פון א זוהן פונעם שוואגער הרה"ג אברהם שמעון מארילוס חתנא דבי נשיאה פון כ''ק האד' מאמשינוב זכר צדיק לברכה. דערנאך האט זיך די רבי באטייליגט ביי די שבע ברכות פון החתן נכד הרה"ג ר' אהרן אליהו פעלדמאן מיט הכלה איייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א. פרייטיג ערב שבת האט די רבי געדאווענט שחרית אין ישיבת טל תורה אין בני ברק ווי די רבי שליט''א האט געדינט אלס משפיע אין די ישיבה, נאכן דאוונען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומסיבת קבלת פנים ווי די בחורים התלמידים הקרוים בנים האבן איבערגעגעבן א מתנת קודש פארן רבין זעקס פרקים איבערגעשריבן פונעם ספר הקדוש תניא. נאכמיטאג איז דער רבי געווען אויף א באזוך בים שוואגער כ''ק האד' מזוטשקא שליט''א אין פון דארט ארויסגעפארן קיין בראכפעלד ווי דער רבי האט געוויילט איבער שבת, פארן זמן איז דער רבי געווען אויף א באזוך ביים פעטער הרה"ג ר' ברוך שטרנבוך אב"ד ויזניץ בראכפעלד. מוצאי שבת האט די רבי באזוכט ביי גיסו כ''ק האד' מזוטשקא אמסאנא שליט''א

Comments


bottom of page