top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת בית פיטסבורג


קרעדיט שוקי לרר


קול בחצרות - געהויבענע שעה'ן פון התרוממות וחדוות הנפש זענען נעכטן פאריבער אויף הונדערטער חסידים ואנשי מעשה און תושבי אשדוד וואס האבן זיך מיטגעפרייט ביי די שמחה הגדולה בחצרות בית צדיקים וואס איז געפראוועט געווארן בקול רינה וצהלה אין די שטאט אשדוד, ווען בסימן טוב ובמזל טוב איז געגאנגען אונטער די חופה די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, מיט די חתן זוהן פון הרה"צ רבי פנחס ארנסטר בן הגה"צ רבי אליעזר ארנסטר אב"ד מאור חיים צפת און איידעם ביי הגה"צ רבי חיים היילפרין אב"ד דברי חיים גאלדעס גרין אין לאנדאן


צום באשטימטן צייט אום 5:15 איז די מחותן אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א אריינגעקומען צום מעמד הקבלת פנים אינעם היכל הטישן אינעם ביהמ''ד הגדול ווי מען האָט געזינגן ניגוני דביקות מיט גרויס התעוררות, די רבי שליט"א האט פארגעזינגען דעם פיטסבורג'ער ניגון 'הגידה לי' מיט גרויס השתפכות הנפש, מיט דברי כיבושין האָט אויפגעטרעטן בדחנא דמלכא הרב דוד שובקס וועלכער האָט אַרויסגעברענגט דאָס גרויסקייט פון דעם מאָמענט, און אויסגערעכנט די גרויסע זיידעס, וואָס קומען אַראָפּ זיך משתתף צו זיין ביי די שמחה


ביים די מעמד החופּה האָט מען געזינגן וואַרימע ניגונים אָנגעפירט דורך די קאַפּעליע חברי המשוררים פון חצר הקודש פיטסבורג


די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א האט מסדר קידושין געווען און מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מלעלוב בראנוביץ שליט"א, ברכות ראשונות די זיידע הגה"צ רבי אליעזר ארנסטר אב"ד מאור חיים צפת און ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ רבי חיים היילפרין אב"ד דברי חיים גאלדעס גרין אין לאנדאן, דערנאך האבן האדמורי"ם מקרעטשניף ירושלים און פיטסבורג אנגעוויטשן דעם ציבור און מהאט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים


די סעודת החתונה איז אָפּגעראָכטן געוואָרן אינעם גרויסן בית האופרה זאל, וואו דער ציבור האָט מסיב געווען צו די סעודת החתונה


ארום 9:00 זענען די אדמו''רים שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה, דורכאויס די סעודת החתונה האבן באשיינט מערערע אדמורי"ם ורבנים ובראשם די געהויבענע פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל א פעטער משני הצדדים, האדמורי"ם מדזיקוב וויזניץ - ביאלא ב"ב - טשארנאביל אשדוד, גאב"ד מאקאווא ר"י טשעבין און גאב"ד ראדומישלא רמות אזוי אויך האבן זיך אנגעזען די אדמור"י ורבני העיר אשדוד האדמורי"ם ממעליץ - טאלנא - שומרי אמונים - ביאלא פשיסחא און גאב"ד מאקאווא אשדוד די ברודער הרה"צ רבי נחמיה אלתר און הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר בני כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א


אויך האבן זיך אנגעזעהן במשך די שמחה האדמורי"ם מסקולען ירושלים - שבט הלוי - סאדיגורא ירושלים - נדבורנא ביתר - קרעטשניף קרית גת - מיאלען - זוטשקא אמסנא - שידלובצא - קליוולאנד - ברעזאן - שאת דראהאביטש - הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא, הרה"צ רבי ברוך האגער בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ - הגאונים הצדיקים ר"י וויזניץ - ר"י סאטמאר ב"ב, אב"ד מאור חיים ירושלים - אב"ד סקולען ב"ב - אין אב"ד קרית באבוב בת ים


די פעטער הרה"צ המשפיע רבי מאיר איתמר ראזענבוים האט געבענטשט על הכוס, און מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן די קרובי המשפחה צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מביאלא ב"ב, הגה"צ רבי יוסל באב"ד מלפנים דומ''ץ בעלזא לאנדאן, הגה"צ אב"ד מאור חיים ירושלים, אין הגה"צ רבי דוד משה ראזענבוים אב"ד קרעטשניף מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די פעטער הגאון רבי גרשון מאיר פערל רב בית מדרש זכר יצחק אין אשדוד


אום 11:30 האט מען צוגעטרויטן צו די מעמד המצווה טאנץ, ערשט האט בדחנא דמלכא ר' דוד שובקס אויפגעריפן די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים צום מצווה טאנץ, דער קרעטשניפער רבי איז געטאנצן אשת חיל לפני הכלה אנגעכאפט אין די חתן מיט די מחותנים ווי איינגעפירט, און דאן איז די רבי געטאנצן לפני הכלה בעוז ותעצומות


דערנאך האבן געטאנצן מצוה טאנץ די זיידעס הגה"צ אב"ד דברי חיים גאלדערס גרין און הגה"צ אב"ד מאור חיים צפת, נאכן ריקוד פונעם זיידן אב"ד דברי חיים האט דער רב פארגעזינגען אין כאלוקינו כנהוג, בשעת די מצוה טאנץ פונעם זיידן אב"ד מאור חיים צפת איז ערשינען אינעם זאל די פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלעכע האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט די חתן און באזונדערע טענץ מיט די זיידעס און מחותנים האדמורי"ם והרבנים שליט"א אין דער שוואגער אב''ד מאור חיים צפת


דערנאך האט די בדחן אויסגעריפן די אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און די רבי שליט"א האט פארגעזינגען 'זכור אהבת קדומים' מיט גרויס דביקות, און דאַן האט די רבי אָפּגעראָכטן די געהויבענע עבודה פון די ריקודין של מצוה, און האָט מיט א זעלטענעם התלהבות געטאַנצן לפני הכלה, און דערנאך ארויס אין א ריקוד מיט די חתן אויף די ניגון 'ה' הוא אלוקים', און דערנאך א באזונדערע ריקודין מיטן שווער האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים און מיט די זיידעס דער מחותן, אין א ספעציעלע ריקוד מיט זיינע קינדער און ברודער'ס בני משפחת המלוכה


עס איז שוין געווען נאך דריי אזייגער ביינאכט ווען מהאט פארענדיגט די שמחה הרוממה














bottom of page