top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת השבע ברכות בחצר הקודש פשעווארסק

מיטוואך ג' שבט ה'תשפ"ג





נעכטן דינסטאג מיטאג צומארנגס פון די גרויסער פשעווארסק'ער חתונה אין לאנדאן, איז פארגעקומען א גאר עלעגאנטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורכ'ן רבינ'ס בעל אכסניא הנגיד החסיד ר' אלי'ש ענגלענדער שליט"א, קאמבאנירט מיט א מסיבת הוקרה פאר די תומכים ונגידים לטובת קופת רבי מאיר בעל הנס כולל חיבת ירושלים. ווי באקאנט איז פארהאן א גאר שטארקע קשר צווישן אדמור"י בית פשעווארסק און די קאסע פון צדקת רבי מאיר בעל הנס, דער רבי שליט"א דינט אלס נשיא הכולל באייראפע, און שטייט בראש פון די פילצאליגע אקטיוויטעטן למען עניי ארץ ישראל, וועלכע ליגן על לוח לבו הטהור פונעם רבי'ן אין יעדע געלעגנהייט. יארן לאנג פלעגט דער רבי אונטערנעמען א נסיעה קיין לאנדאן מדי שנה בשנה, צו באשיינען די יערליכע דינער לטובת כולל חיבת ירושלים וואס איז פארגעקומען אין לאנדאן, דער רבי פלעגט קומען פאר עטליכע שעה און באשיינט דעם דינער, אבער נאך וואס די לעצטערע יארן איז שווער געווארן דאס פארן קיין לאנדאן, סיי צוליב די קאראנע אומשטענדן, און סיי צוליב דעם רבינ'ס הויכע עלטער בליעה"ר, האט דער רבי אויפגעהערט צו קומען יעדעס יאר צום דינער. אצינד איז געפראוועט געווארן די ספעציעלע מעמד אינאיינעם מיט די גרעסערע תומכים, וואס האבן זיך אנגערופן ווארעם מיט די גרויסע נתינה פון צען טויזענט פונט און העכער, צוערשט האט מען געדאווענט מנחה אינאיינעם מיטן רבי'ן בבית האכסניא ביי הנגיד החסיד ר' אלי'ש ענגלענדער ראש הגבאים פון כולל חיבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס, און דערנאך האט דער רבי אויפגענומען די חשובע תומכים מיט קוויטלעך פאר קרוב צו צוויי שעה. שפעטער איז דער רבי ערשינען צום שמחת השבע ברכות און מסיבת הוקרה, וואס איז צוגעשטעלט געווארן אויף א פראכטפולע פארנעם אין די זאלן פון תלמוד תורה בית אהרן דחסידי מאחנובקא בעלזא, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מאציל געווען מהודו והדרו אויף אלע מסובים. עס האט זיך אנגעזעהן א גרויסע צאל תומכים ונגידים, די בני המשפחה פון רבי'ן, און די בני המשפחה פון הנגיד החסיד ר' אלי'ש. אויך האט זיך אנגעזעהן בראש המסובים דעם רבינ'ס מחותן כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א וועלכער האט זיך געוואשן צום סעודה און מכובד געווארן מיטן בענטשן, און מיט שבע ברכות איז מכובד געווארן דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א. דורכאויס די מעמד האט אויפגעטרעטן הרב הגאון ר' שלום צבי ענגלענדער ראש כולל להוראה דחסידי מאחנובקא בעלזא אין לאנדאן, און אזוי אויך האט מען געהערט דברי חרוזים לכבוד המאורע פון הרב החסיד ר' שלום בער שטערן מגבאי קהילת פשעווארסק אין לאנדאן.


留言


bottom of page