top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעגליכע נייעס באריכט • מאנטאג אחרי קדושים תש"פ




השתדלו והרבו תחינה

כלל ישראל טוט מתפלל זיין און איינרייסן לרפואת כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב שליט"א וועלכער געפונט זיך שוין עטליכע וואכן אין א שווערע געזונט צושטאנד, און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל, כ"ק מרן הרה"צ ר' חיים בן חנה לרפואה שלימה.

*** דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואתו השלימה פון הגה"צ המקובל רבי אהרן מרדכי רוטנער שליט"א חבר בד"ץ מחזיקי הדת ומשב"ק הרה"ק מבעלזא זי"ע, וועלכע איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאהל און געפונט זיך אין א שווערע געזונט צושטאנד.


יארצייט

היינט ג' אייר געפאלט די 95'סטע יארצייט פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטיר'ער זי"ע, אידן איבער דער גארער וועלט וועלכע טוען לעכצן אנצוקומען צום ציון הק' אין שטאט קערעסטיר אונגארן ווי יעדעס יאר, טוען היי יאר אויך שטיצן די הייליגע ארגעניזאציעס וואס טוען ממשיך זיין די הייליגע דרכים פונעם בעל ההילולא משפיע צו זיין פאר אידן כל טוב. אידן וועלן עוסק זיין במשנתו הטהורה און צינדן ליכט לזכר נשמתו פון הרה"ק ר' ישעי' בן ר' משה זיעועכי"א.

***

היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"צ גאב"ד אשוי זצ"ל - בניו וחתניו האדמורי"ם והרבנים מזלאטשוב, טשערנאוויץ, לינסק-נדבורנא, קאראד, אשוי שליט"א וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אויפן ביה"ח אין קרית יואל און אפרעכטן די יארצייט סעודות אויף א פריוואטע פארנעם.



ניחום אבלים

הגה"צ ר' ישראל חיים פריעדמאן שליט"א אבד"ק ספינקא אין בעיסוואוטער זיצט שבעה צו די פטירה פון הרבנית הצדיקת מרת רייזל פריעדמאן ע"ה, טאכטער פון הגה"צ אבד"ק דזיבוי זצ"ל, עס זיצן שבעה אויך אירע ברידער הגה"צ אבד"ק דזיבוי מאנטריאל שליט"א, און הגה"צ ר' מנשה כ"ץ שליט"א דומ"ץ פריימאן. יעדער איינער ביי זיך אין שטוב. ***

הגה"צ ר' שלמה אליעזר מייזעלס שליט"א אבד"ק ריטשאוואל זיצט שבעה צו די פטירה פון זיין עלטסטן זון הרב חיים יהושע העשיל ע"ה פון מאנסי, ביי זיך אין שטוב אין קרית יואל

Comments


bottom of page