top of page
בשורה טובה: האד' מאוזרוב בחסדי שמים באפרייט געווארן פון שפיטאל
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א שבח והודאה להשי"ת האבן חסידי אוזרוב אויפגענומען די בשורה טובה, אז כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א איז דעם פארגאנגענעם פרייטאג ערב שבת באפרייט געווארן פון שפיטאל און האט זיך צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש אין בני ברק, נאכ'ן ליידן פון א שווערע הארץ-אטאקע דעם פארגאנגענעם אנהייב וואך. דער רבי שליט"א איז במשך די וואך געווען שפיטאליזירט אונטער די אויפזיכט פון די דאקטוירים אין די תל השומר שפיטאל. בחסדי שמים האט זיך דער מצב ביסלעכווייז פארבע


בקשו רחמים: האד' מאוזרוב אנגעוויזן אויף תפילות ישראל נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בקשו רחמים: אידן איבער די וועלט, זענען מתפלל לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א, מפארי האדמורי"ם אין שטאט בני ברק, וועלכער איז היינט אינדערפרי אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע ל"ע. דער רבי שליט"א האט היינט געהאלטן אינמיטן דאווענען שחרית בבית מדרשו ווען ער האט אנגעהויבן נישט גוט שפירן, און איז אריין בחדרו הפרטי וואו ער איז קורצליך דערויף צוזאמגעפאלן נאכן ליידן פאר א הארץ אטאקע רח"ל. די הצלה ו


שמחת התנאים בחצרות אוזרוב - טריסק בני ברק | בילדער גאלעריע
זונטאג פ' תצוה • ה' אדר | בחצרות הקודש שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א, א טאכטער ביי בנו הרה"צ רבי אריה בעקער שליט"א ראש ישיבת אוזרוב איידעם ביי הגה"צ רבי שמחה דויטש האדמו"ר מטריסק ב"ב שליט"א, מיטן חתן א זון פון הרה"ג רבי יהושע שלום קאהן שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין אוזרובער ביהמ"ד אין בני ברק.


סעודת הילולא בשילוב מיט שמחת בר מצווה בחצר הקודש אוזרוב
זונטאג פ' בשלח • ד' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם דאנערשטאג ראש חודש שבט איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון...


bottom of page
