top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידים אוהדים אין ידידים מיטגעפריידט ביים שמחת החתונה בחצרות שומרי אמונים - אלעסק - אוזרוב

דינסטאג פ' תרומה • ד' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


הונדערטער חסידים ואוהדי בית שומרי אמונים האבן זיך פארלאפענעם זונטיג מיטגעפריידט בשמחת בית צדיקים, ביי די גרויסע חתונה פון די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א, מיט די כלה א אייניקל ביי האדמורי"ם מאוזרוב און אלעסק פון ירושלים, וואס איז פארגעקומען בקול רינה וצהלה והמון חוגג אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק.


די גאנצע חתונה מבואו ועד צאתו איז געווען איין קייט פון התרוממות והתעלות, ביים מעמד החופה תחת כיפת השמים איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, קריאת הכתובה די פעטער פון חתן הרה"צ רבי הערשל רוטנער אדמו"ר מספינקא בית שמש, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס פון חתן האדמורי"ם מאלעסק און טאלטשאווא, און די פעטער הרה"צ רבי יצחק שלום שיינעפלד אדמו"ר מקאסאן ירושלים, ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א.


נאכן חופה האט די אבי החתן די רבי געוואונטשן מברכת קדשו פארן גאנצן ציבור און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, וואס האט אריינגעצויגן דעם גאנצן ציבור הייבט זיך אין ריקודין נלהבין.


נאכן חופה איז די רבי אריין אינעם זאל און די חסידים זענען א דורך וונטשן מזל טוב, דאן האט זיך די רבי געוואשן צום סעודה און דערנאך אראפ אינעם צעטנער פון זאל און מעודד געווען די ריקודין וואס האט אויפגעברענגט  גרויס התרגשות ביי די חסידים וינועו אמות הסיפים, עס האבן באשיינט די שמחה פילע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה.


פארן בענטשן איז ערשינען די געהויבענע פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א וועלכע איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא, און איז דערנאך געטאנצן מצווה טאנץ לפני הכלה באש קודש, דערנאך האט מען אויסגערופן די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם מאוזרוב, אלעסק, און טאלטשאווא און די פעטער כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט''א צו די ריקודין לפני הכלה.


דאן האט בדחנא דמלכא ר' דוד שובאקס אויסגערופן די מחותן כ"ק האדמו"ר משומרי אמונים שליט"א, זכור אהבת קדומים, דערמאנענדיג זכרם הטהור פון די צדיקי השושלת משמי מעל, און די רבי האט אפגעראכטן די ריקודין עילאין לפני הכלה. צום שלוס האט די אבי הכלה הרה"ג ר' יצחק צבי בעקער אויפגערופן מיט דברי חרוזין די חתן צו טאנצן לפני הכלה, און די שמחה האט זיך געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט.