top of page


קורצע באזוך פון האד' מסקאליע אין לאנדאן לכבוד די חתונה בבית אחיו הרה"צ ר' דוב בעריש ראבינאוויטץ שליט"א מסקאליע
פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענע וואך האבן תושבי לאנדאן הבירה מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט, צו באשיינען די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פונעם ברודער הרה"צ ר' דוב בעריש ראבינאוויטץ שליט"א, איידעם ביי הנגיד החסיד ר' ישעי' וואלף לעוו ז"ל ראש הקהל סאטמאר לאנדאן, מיט דער כלה א טאכטער פון הרב ישראל סאפרין שליט"א פון לאנדאן, א זון פון הגה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין


גרויס התעוררות ביי השתטחות אויפ'ן ציוה"ק פונעם הייליגן בת עין אין צפת בראשות הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אלימלך גרסטל, JDN דער הויכפונקט פונעם הילולא קדישא פון די הייליגן בת עין זי"ע במחיצתו פונעם משפיע מפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב איז געווען דעם מאנטאג נאכט בליל ההילולא קדישא אין עיה"ק צפת באתרא קדישא דמר מקום מנוחת קדשו אשר ישועות בו מקיפות. נאכן געהויבענעם התוועדות רבתי במעמד אלפי ישראל וואס איז אפגעראכטן געווארן מוצאי שבת בעפאר די הילולא איז די משפיע שליט"א ארויסגעפארן צום הייליגן שטאט צפת.


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם אייגנארטיגן ביטול היש פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים זיך שטעלן צום בילד מיט א זילבערנעם שטעקן וואס ער האט געבארגט פון איינע פון די רבנים המשתתפים ביים שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל די וואך. אינטערסאנטע באגעגעניש די וואך צווישן הרה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק ביתר בן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק און דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א. א אידישער אפיציר ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מסאטמ


האד' מקארלסבורג געפראוועט שב"ק בבית מדרשו של אביו הרה"ק רבי נחמן מספינקא זצוק"ל אין בני ברק
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN די וואך שבת פ' ויצא איז כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א געווען צוגאסט אין שטאט בני ברק און האט געפראוועט דעם גאנצן סידורו שבת במקום שהתפללו אבותיו, בבית מדרשו של אביו כ"ק אדמו"ר הרה''ק רבי נחמן מספינקא זצוק"ל בעל דעת כהן, אין ספינקא ביהמ"ד אויף רחוב רבי יהושע אין בני ברק. די רבי שליט"א איז געווען צוגאסט אין ארץ ישראל לרגל די שמחת החתונה פון אן אייניקל הי"ו מיט אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט


קני המנורה: דיינים פון אלע סקווערער שטיבלעך געלאדענט צו מסיבת שבע ברכות במעון הקודש פון האד' מסקווירא
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג.,JDN פארלאפענעם ליל שישי איז אפגעראכטן געווארן אן ערהאבענע שמחת שבע ברכות בחצר הקודש סקווירא אינאיינעם מיטן מעמד קני המנורה ספעציעל געווידמעט אלס היסטארישע צוזאמקום פאר אלע דיינים יושבים על מדין אין די שטיבלעך דחסידי סקווירא ברחבי תבל, וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א כשהשמחה במעונו. די שבע ברכות איז פארגעקומען אינעם גרויסן שטוב בביתו נאו


קְדֹשׁ הֵיכָלֶךָ: שמחת הברית מילה פון נכד האדמור"ים ממונקאטש און וויען
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן מיטוואך איז פארגעקומען אין בארא פארק די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א און א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, דער רך הנולד איז א א זון פון הרה"ג ר' יהושע כ"ץ שליט"א ראש הכולל וויען בארא פארק, איידעם ביי הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א. דינסטאג אוונט איז פארגעקומען די שמחת הוואכנאכט אין שטוב פונעם זיידן הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א, וואו דער עלטער זיידע האדמו"ר ממונקאטש האט באשיינט דער
bottom of page


