top of page
שמחת התנאים פון החתן נכד האד' מצאנז זמיגראד פארגעקומען אין וויליאמסבורג
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם מאנטאג תולדות איז אין שטאט וויליאמסבורג פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ רבי חיים שלמה האלבערשטאם שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבארדיטשוב גרינוויל זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה''ג רבי יוסף זונדל שפיטצער שליט"א, מנהל רוחני ת''ת סאטמאר וויליאמסבורג זון פון הרה"ג ר' יעקב אלימלך שפיטצער שליט"א, וחתן הר


שיינעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ת"ת נעימות התורה אין נארט מיאמי
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין די טעג בעת כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אינעם מקום הנופש אין נארט מיאמי פלארידע איז דער רבי געלאדענט געווארן אויף א באזוך אינעם היימישן תלמוד תורה נעימות התורה, וועלכע שטייט בנשיאות הרה"ג ר' בנימין פעלבראנד שליט"א רב קהילת קדושת לוי אין נארט מיאמי. אנקומענדיג האט דער רבי קובע געווען א מזוזה ביים נייעם פליגל וואס איז צוגעבויעט געווארן צום תלמוד תורה געביידע, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים


זה היום קיווינו לו: היסטארישע מעמד פתיחת שערים וקביעת מזוזות פון נייעם קרית הישיבות דושינסקיא אין אלעד
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער מיט רגשי גיל וחדוה איז פאריגן דאנערשטאג פייערליך געפראוועט געווארן די מעמד הנשגב קביעת מזוזות ופתיחת שערים פאר די בנינים אדירים פון די ישיבה הקדושה "בית יוסף צבי דושינסקיא" אינעם גיגאנטישן קרית הישיבה דושינסקיא אין שטאט אלעד, וועלכע ציעט אירע גלאררייכע המשכה בארץ הקודש שוין העכער 80 יארן נאכאנאנד כולן שוין לטובה, מיסדום פון צדיקי בית דושינסקיא זי"ע לדורותיהם און היינט צוטאגס בנשיאות ממלא מקומם כ"ק


היסטארישע "סידור הישועות" פון הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע בקודש פנימה ביי האד' מפשעווארסק
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש התרגשות'דיגע מאמענטן האבן זיך נעכטן אפגעשפילט בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין אנטווערפען, ווען כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א פון בארא פארק האט באזוכט ביים רבי'ן מיט'ן וואונדערליכער "טשענגער סידור", שטייענדיג אויפצומארגנס פון די הילולא קדישא פונעם מופת הדור הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע וואס איז אויסגעפאלן דעם זונטאג. דער רבי שליט"א וועלכער האט זיך געפונען על אם הדרך אויפן וועג אהיים פונעם יארצייט אין טשענגער, ה


bottom of page


