top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשבת אחים • אלפי חסידי וויזניץ פראווען הילולא פון הרה''ק בעל תורת מרדכי זצ''ל בראשות בניו האדמו''רים

עודכן: 5 באוג׳ 2024

דאנערשטאג פ' ויקרא - א' ניסן תשפ"ג


קול בחצרות - טויזענטער וויזניצע חסידים האבן נעכטן מיטגעלעבט שעות פון התרוממות דקדושה, ביומא דהילולא קדישא פונעם אומפארגעסליכן מנהיג ומורה דרך, הרב הקדוש בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ''ל, שטייענדיג גאנצע פינף יאר זינט יענעם שווערן טאג כ"ט אדר תשע"ח, ווען עס איז געווען חשכו המאורות.


מיט געגועים און בענקענדיגע געפילן האבן טויזענטער חסידים פוקד געווען דעם ציון הק' און אויסגעפועל'ט אלעס גוטס, שפעטער נאכמיטאג האבן אלע חסידים זיך צוזאמגענומען כאיש אחד בלב אחד, כולם התקבצו ובאו לפונדק אחד, בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא, ביים גרויסארטיגן יארצייט טיש וואס איז געפראוועט געווארן דורך בניו ממשיכי דרכו כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א לבית וויזניץ.


דורכאויס די טאג זענען די קינדער האדמורי"ם ארויף צום ציון הק' מתפלל זיין לישועת הכלל והפרט, צוועלף אזייגער מיטאג איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א אנגעקומען צום ציון, ארום איינס אזייגער מיטאג איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א אנגעקומען צום ציון, ארום האלב נאך צוויי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל, ארום האלב נאך דריי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע, אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים, ארום האלב נאך פיר כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ב"פ, און נאך פינף אזייגער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומס"ב שליט"א.


אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע סעודת הילולא פארן גאנצן ציבור, אינעם היכל הטישן בבנין ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזשניץ מאנסי. די היכל בית המדרש הגדול לבוש מרדכי איז געווען צוגעגרייט מיט די מאקסימום פלעצער פארן ציבור מיטצוהאלטן דעם טיש, הויכשטאקיגע פארענטשעס פון אלע דריי זייטן, און צענדליגע שורות בענק פאר די אברכים ובעלי בתים, אייניקלעך פונעם בעל ההילולא און נגידים ותומכים פון די וויזשניצע מוסדות איבער די גארער וועלט, ביי אריינגאנג פאר די מכובדים זענען געשטאנען די אלע מנהלי מוסדות פון אלע קהילות, און מכבד געווען זייערע נגידים אין תומכים ביותרת הכבוד מיט א הפלא'דיגע צוזאמענארבעט.


ארום זיבן אזייגער זענען די רבי'ס אינאיינעם ערשינען צום יארצייט טיש און זיך געוואשן צום סעודה, די כאר פון אינגעלייט פון אלע וויזשניצע הויפן האבן אינאיינעם מהנה געווען בשירה וזמרה דורכאויס די טיש, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים האט געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט קדיש, און דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל געמאכט די סיום ששה סדרי משנה און געזאגט קדיש.


נאך די פיש האט דער וויזשניצער רבי פון מאנסי מכבד געווען די חשובע רבנים אנצוהייבן ניגונים, כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן בענסענהוירסט מיטן ניגון הזכירו לפניו, הגה"צ ר' ישראל ארנסטר מיטן ניגון אב הרחמים, הגה"צ ר' חיים מאיר האגער אב"ד קרית ויזניץ בני ברק מיטן ניגון ויאתיו, אין הגה"צ ר' חיים פייוויל שנעעבאלג אב''ד אברכים מאנסי וגאב''ד מאנטשעסטער מיטן ניגון חמול.


דורכאויס די טיש האט מען אריינגעברענגט די מאכלים פאר אלע רבי'ס אויפן זעלבן פארנעם, און אזוי אויך פאר די זעקס איידימער פונעם בעל ההילולא, הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי, כ"ק אדמו"ר מביקסאד, כ"ק אדמו"ר מקאסאני, הגה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא, הגה"צ אבד"ק שאץ מאנסי, און הגה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי, אזוי אויך זענען די איידימער געזעסן אויף די זעלבע סארט שטיל וואו די רבי'ס.


נאך די פלייש האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש פארגעזינגען יום ליבשה לרגל א סעודת ברית, און נאך די קאמפאט האט כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ קייאמישע אויפגעטרעטן מיט די צענטראלע דברות קודש, בשם אלע ברידער האדמורי"ם שליט"א. דער רבי האט ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל ההילולא, און הערליך אריינגעטייטשט אין די פסוק ויקרא אין די פרשת השבוע די הויפט מעלות פונעם טאטן דער רבי זצ"ל.


נאכן תורה האט מען געזינגען נאר אמונה, און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג האט געבענטשט על הכוס, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק האט געזאגט די הרחמנ'ס פאר די סעודת ברית, און דערנאך איז מען אריבער וואונטשן פאר די רבי'ס לחיים טובים ולשלום.


דורכאויס די טיש האבן זיך אנגעזעהן אויפן אויבן אן פילע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי האדמורי"ם מתולדות מרדכי וויז'ניץ, פאלטישאן, זוועהיל מאנסי, קאלושין, יאמפאלא, ספינקא, הגה"צ אב"ד מנחה חדשה דזיקוב ויזניץ, הגה"צ אב"ד קרית ויזניץ בנו הגדול פון מרן אדמו"ר מויזניץ, הגה"צ ר' ברוך האגער בן האדמו"ר מסערט ויזניץ וחתן האדמו"ר מויזניץ, הגה"צ ר' ישעי' זושא טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא, הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ גאב"ד וויען עסטרייך, אב"ד שטראסבורג, אב"ד סקאהל, אב"ד קהל אברכים, אב"ד גרויסווארדיין, אב"ד מישקאלץ, אב"ד דזיקוב, אב"ד נאסויד, אב"ד סאווראן, ראש כולל ספינקא, אב"ד מיקאלייעוו, אב"ד סלאנים מאנסי, אב"ד תולדות אברהם יצחק מאנסי, אב"ד שרגא המאיר, אב"ד קנין תורה, דייני קהילות וויזניץ פון אלע שטעט, און נאך פילע רבנים ואנשי שם.

Comments


bottom of page