top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעצטע הכנות אין קערעסטיר • דריי צענטראַלע יאָרצייט סעודות וועלן אפגעראכטן ווערן במקהלות אלפים

זונטאג פ' אחרי קדשים - ב' אייר תשפ"ג


דער שטאט קערעסטיר ווירבלט מיט די סאמע לעצטע הכנות שטייענדיג ווייניגער ווי 24 שעה אפגערוקט פונעם הילולא קדישא פונעם מופת הדור הרה''ק רבי ישעי'לע קערעסטיר'ער זי''ע, אין ליכט פון פָארגעשַאצטן צוזַאמענפָאר, הָאבן די ראשי העסקנים נכדי בעל ההילולא געמוזט איינפעדימען א נייעם פרישן דערהער, נעמליך, אז מ׳זָאל פרַאווען דריי בַאזונדערע צענטרַאלע סעודות הילולא - און יעדע סעודה פַאר זיך וועט זיין מיט׳ן גרעסטן גלַאנץ און פרַאכט במקהלות אלפים מישראל! אין די לעצטערע יאהרן האט זיך ארויסגעשטעלט אז 1 צענטרַאלע סעודה קען מער נישט אקָאמָאדירן דעם גאנצן ציבור! אין לאור דעם ריבוי הנאספים ועוצם מסּפר המשתתפים בליעה״ר איז שוין נישט מעגליך אלעמען צו אקָאמָאדירן אויפַאמָאל. אין צוגאב צייגט דער מציאות אז ס׳נישט מעגליך יעדער זָאל זיין אינאיינעם באותו מקום ובאותו זמן, זייענדיג געווָאנדן אין די זייגערס ווען מ׳קומט און ווען מ׳פָארט אא״וו, לויט די פליגערס און לויט די שטעט און לענדער פון וואו יעדער קומט צו פָארן, און יעדער וויל דָאך הָאבן די געלעגנהייט זיך צו בַאטייליגן ביי א סעודת הילולא לכבודו של צדיק, דעריבער הָאט מען בַאשלָאסן אז מ׳גייט אדורכפירן דעם פרישן דורכברוך: 3 צענטרַאלע יָארצייט-סעודות אינעם ריזן 20.000 פיסי'ער שאטער! כאטש וואס צו גיין אהערשטעלן ״3 מאורעות כבירות״ בזה אחר זה, אין די זעלבע 24 שעה, ווָאס יעדער מעמד פאר זיך נעמט אריין אומצָאליגע הונדערטער דעטַאלן, איז אן אומגעהויערע אונטערנעמונג, פַארבינדן מיט מורא׳דיגע יגיעה און שוועריגקייטן.


היינט אויפדערנאכט אור ליום ההילולא קדישא, ווי די נַאכט וועט צופַאלן וועט ברוב פאר והדר אּפגערָאכטן ווערן די ערשטע סעודת הילולא רבתי, בשעה 9:00 אזייגער, תיכף נָאך תפלת מעריב במקהלות עם, פַאר די פילע טויזנטער אידן ווָאס וועלן זיך אי״ה דַאן געפינען אין שטָאט קערעסטיר. העכער 4,000 זיץ-ּפלעצער איז צוגעגרייט געווָארן פַאר די אלפים מישראל ביים מעמד האדיר, ווָאס וועט בַאשיינט ווערן בראשות מרנן ורבנן שליט״א, אדמו''רים ורבנים, אייניקלעך פון הייליגן בעל ההילולא, וואו מ׳וועט הערן דרשות בגודל הזמן, ונתנה תוקף קדושת היום.


מאנטאג צופרי אום 10:00 בעצם היום ההילולא וועט פארקומען די פייערליכע חגיגה ״שמחת הכנסת ספר תורה״ דורך בנש״ק הרב ישראל יעקב יוקל גרויס זוהן פון הגה"צ רבי נפתלי זצ"ל אדמו"ר מ'קערעסטיר-בערבעשט איידעם פון הרה"ק רבי אברהמ'עלע מקערעסטיר, עלטסטער אור-אייניקל פון הייליגן רבי ישעי'לע היינטיגן טאג, ווָאס וועט הָאבן די זכי׳א ריינצוגעבן די ספר תורה באותו מקום ובאותו זמן קדוש, בהילולא קדישא פון הייליגן זיידן. די חגיגה המפוארה וועט בַאשיינט ווערן בהשתתפות הונדערטער יו״ח און אייניקלעך פון הייליגן רבי ישעי׳לע זי״ע, צוזאמען מיט די טויזענטער געסט ווָאס וועלן זיך מיטפרייען בקול רינה ותור״ה המון חוגג, . אט די גרויסַארטיגע פייערונג לכבודה של תורה וועט נָאכגעפָאלגט ווערן מיט נָאך א צענטרַאלע יארצייט-סעודה בשעה 11:00 אזייגער אינעם ריזן שאטער, ווָאס וועט דַאן אויך דינען אלס סעודה לכבודה של תורה, און מ׳וועט הערן הערליכע דרשות לכבוד היום ולכבוד המאורע.


אחרון אחרון חביב! דער גרעסטער הויכפונקט פונעם יומא דהילולא וועט ווַארשיינליך זיין ביי דער דריטער צענטרַאלער סעודה הגדולה בשעה 6:00 נאכמיטאג, וואס צוליב דעם פלייץ פון אידן וועלכע זענען ערווארטעט צו גרייכן דעם קערעסטירער בָאדען האבן די געטרייע אייניקלעך געטון איינרישן נאך א ריזן סעודת הילולא צו קענען סערווירן די מאסן וועלכע וועלן וויילן אין קערעסטיר אין די לעצטע שעה׳ן, בעת נעילת שער פונעם גרויסן יומא דהילולא קדישא, און מ׳וועט אי״ה דעמָאלט זיך מתדבק זיין בדרכי הצדיק און פועל׳ן כל משאלות לבבם לטובה ולברכה.



























bottom of page