top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות אין מעלבארן מיט התמנות פון הרה"ג רבי יהודה הכהן כ"ץ אלס רב ק"ק ויצב אברהם מעלבארן אוסטראליע

דאנערשטאג פ' תצוה - ט' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - מיט גרויס התרגשות האט דאס חרדישער אידנטום אינעם ווייטע מעלבוירן אויסטראליע אויפגענימען די פריידידע נייעס ווען ברוב סייעתא דשמיא, איז געלונגען פאר די דארטיגע עסקנים אויפצונעמען הרה"ג רבי יהודה הכהן כ"ץ שליט"א אלס רב ור"מ ק"ק "ויצב אברהם" וואס איז געגרינדעט לשמו ולזכרו פון דער ברייט בארימטע "מעלבוירענע רב" הגה"צ ר' אברהם צבי הלוי בעק זצ"ל, ווי עס קלאמערן זיך די דארטיגע חסידישע אידן, אפגעשיידט פון דער גוי'שע גאס און אירע איבלען. דער נייער רב הרה"ג ר' יהודה הכהן כ"ץ שליט"א איז אן איידעם ביים פריעדיגן מעלבוירנע רב הגה"צ ר' אברהם צבי הלוי בעק זצוק"ל בעל מחבר ספרי ויצב אברהם, וועלכע האט יארן לאנג געדינט אלס רב אין מעלבוירן זייענדיג א וועג ווייזער פאר די דארטיגע אידן. במשך די יארן האט דער רב זצ"ל געגרינדעט א כולל וואס איז היינט ברייט בארימט אלס כולל בית יוסף, ווי ער האט ארויסגעברענגט זיין איידעם הרה"ג ר' יהודה כ"ץ שליט"א ער זאל דינען אלס ראש הכולל, דער אמט אויף וואס דער נייער רב זיצט נאך עד היום הזה. מיט די יאהרן האט די שטאטישע קהילה איינשטימיג איהם אויפגענומען דעם רב אלס דומ"ץ דמתא, וואס זאל פסק'ענען שאלות פאר אלע בני העיר. אין נאכן פטירה פונעם גרויסן שווער דער פריעדיגן מעלבוירענע רב האבן תלמידיו וחסידיו הנאמנים געגרינדעט א ריין חסידישע קהילה נאה וחסידה, צו דינען דעם אייבערשטען על דרך המסורה לנו מדוד דור


תיכף נאכן גרינדונג פון דער נייער ביהמ"ד האבן די ראשי ועסקני הביהמ"ד געוולאט אויפנעמען אן אלוף לראשם בתור רב ואב"ד, ווי פארשטענליך האט מען באלד געלייגט אן אויג אויפן דיין שליט"א, אלס חתנו כבנו פונעם פריעדיגן רב, און אלס יחוס עצמו זייענדיג אריינגעטוהן ראשו ורובו אין הרבצת התורה והיראה אין כולל און אין ישיבה, און וועלכע איז אויך דער ממונה אין אלע כשרות אפטיילונגן, און עקסטער גיבט ער זיך געטריי אוועק פאר אלע בני הקהילה, אלס דער פאסיגער קאנדידאט וואס איז ראוי לאותו איצטלא. אבער וויפיל מען האט עס פראבירט ארויס צוברענגן מן הכח אל הפועל האט עס דער דיין ברוב ענותונותו אלס אפגעזאגט, וועלענדיג בלייבן אויף דער זעלבע פאזיציע אויף וואס ער איז געשטעלט געווארן דורכן שווער זצ"ל. היי יאהר איז דער דיין געווען אויף א באזוך אין ארץ ישראל און אין ניו יארק אויף משפחה שמחות, און גייענדיג באזוכן בבתי גדולי ומאורי הדור, האבן אלע פה אחד פארלאנגט פונעם דיין צו אננעמען די רבנות שטעלע, און געטריי ווייטער דינען דעם ציבור


דעם פארגאנגענע שב"ק פרשת תרומה העעל"ט במעמד כל קהילה קדישא בעת רעוא דרעוין, האט דער איש הציבור הר"ר מרדכי זלמן פיקסלער וואס האט לאנגע יארהן משמש געוועהן דעם פריעדיגן מרא דאתרא הגה''צ גאב''ד מעלבארן זצ"ל אויסגערופן איבערן התמנות בשם כל הקהל הקודש, בברכתם פון אלע גדולי ישראל, ווי דער ציבור האט אויסגעבראכן אין א פייערליכן געזאנג "ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור", תיכף האבן די עסקני הקהילה זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה צו אפרעכטן א פאסיגע מעמד הכתרה וו עס פאסט זיך לכבוד התורה, די פרטים פונעם מעמד הכתרה וועט נאכפאלגן.


מחיל אל חיל תיכף נאכן שבת ההתמנות האט דער נייער רב זיך אריינגעלייגט בכל נימי נפשו לטובת בני הקהלה ווי ער האט תיכף געגירינדעט א צדקה קאסע, וואס זאל שטיין צוהילף פאר די בני העיר וועלכע מוטשענען זיך מיט די הויעכע אינפאלציע. דער נייער קאסע טראגט דער נאמען "קופת ויצב אברהם" לשמו ולזכרו פונעם מעלבארן'ער רב זצ''ל

Comments


bottom of page