top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממודזיץ צוגאסט אין ניו יארק

מוצש"ק פ' משפטים ה'תשפ"ג


קול בחצרות - דעם אנהייב וואך איז כ"ק אדמו"ר ממאדזיץ שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק אויפצוטרייבן געלטער צו פארענדיגן דעם בנין בית מדרש הגדול מרכז העולמי דחסידי מודזיץ אין בני ברק ההולך ונבנה לשם ולתפארת, דורכאויס האט זיך די רבי אויפגעהאלטן אין בארא פארק בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' צבי העאזנפעלדדי תפילות דורכאויס די וואך האט די רבי געדאווענט די תפילות אין די מודזיצער שטיבל אין פלעטבוש, אין לויף פון די וואך איז די רבי שליט"א ארויף לבתי נדיבים בעם אין שטאט וועלעכע האבן בייגעשטייט גרעסערע סכומים לטובת די אויפבוי פונעם מרכז העולמי.


דעם שבת האט די רבי שליט"א געפראוועט אין די טאמס ריווער געגנט אין לעיקוואד ווי די רבי שליט"א האט געוויילט אויף א שבת התאחדות אינאיינעם מיט די חסידים פון אמעריקא, נאך שבת וועט זיך די רבי אומקערן קיין בארא פארק, און מאנטיג וועט די רבי פארזעצן מיט די נסיעה אויף א קארצע באזוך אין שטאט טאראנטא און פון דארט וועט די רבי ממשיך זיין קיין לאס אנגלעס ווי די רבי וועט פראווען דעם קומעדיגן שבת פרשת תרומה לטובת די מוסדות

Comments


bottom of page