מאנטאג פ' תצוה - ו' אדר תשפ"ג
קרדיט: ישראל כהן
נעכטן זינטיג איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה בבית אמשינוב, ס'איז פארגעקומען אין א זאל אין די בית וגן געגענט צוגעשטעלט דורך די זיידע פון חתן הגה"צ רבי לייבל וויליגער ראש ישיבת תורה ודעת, בראש המסובים האט זיך אנגעזעהן הגאון הגדול רבי דוב לנדא ראש ישיבת סלבודקא, וואס איז געקומען זיך משתתף זיין לכבודו פונעם חתן וואס איז געוועהן א תלמיד אין די סלבודקא ישיבה, און פון די נאנטע תלמידים ביים ראש ישיבה, דער ראש ישיבה איז מכובד געווארן אויפצוטרעטן מיט דברי תורה לכבוד די שמחה און האט פארפירט א ידידות'דיגע שמועס מיטן זיידן דער אמשינובער רבי, דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד לכבוד די שמחה, אויך האט זיך אנגעזעהן ביי די שבע ברכות כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א.
Comments