קול בחצרות - היינט נאכמיטאג האט כ''ק האד' מבאבוב שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין בארא פארק אויפ'ן וועג קיין לאנדאן, אויפן גאס זענען געוועהן פארזאמלט א גרויסן ציבור תלמידי מתיבתא און צענדליגע חסידים וועלכע האבן ארויסבאגלייט דעם רב אין וועג, די רב האט משמיע געוועהן קורצע דברות קודש פאר די בחורים זיי זאלן זעהן אויסצוניצן די צייט צום לערנען אין דאווענען און עם אינזין האבן להצלחה ולשמירה, דערנאך האט די רב שליט"א פארטיילט מטבעות לשמירה כנהוג, און מ'האט ארויסבאגלייט דעם רב מיט ניגוני שמחה אויפן וועג צום קענעדי לופטפעלד
נעכטן מוצאי שבת נעכטן נאכט מוצ"ש נאך הבדלה האט דער רב שליט''א אויפגעטרויטען מיט דברי פרידה פאר די חסידים און ארויסגעברענגט אז ווען מ'פארט אויף די וועגן דארף מען האבן שמירה און געבעטן דעם גאנצן ציבור צו זאגן תהילים יעדן טאג להצלחה ולשמירה אויך האט די רב אויסגערימט די הרחבת גבולי הקדושה אין די קהילה אין לאנדאן די חנוכת הבית פון א נייע בנין פאר די בית חינוך לבנות, די הנחת אבן הפינה צו פארברייטערן דעם גרויסן ביהמ"ד און א נייע מקוה אין א הכנסת ספר תורה, די רב האט צוגעענדיגט מיט די ווערטער פון גאט פון אברהם אז די וואך זאל אונז קומען צו געזונד און מזל ברכה והצלחה און סיעתא דשמיא אין דערנאך זענען טויזענטער חסידים אדורך זיך געזעגענען פונעם רב.
Comments