top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט: וחסידים ברנה יגילו • חתונה הגדולה בשמחת בית וויז'ניץ אין מאנטריאל

זונטאג פ' תצוה ה'תשפ"ג


קול בחצרות - דעם פארגאנגענעם וואך מיטוואך האט דער שטאט מאנטריאל פושט ולובש צורה געוועהן ווען עס איז געפראוועט געווארן אין שטאט די גרויסע וויזניצער חתונה, אויף א געהויבענעם פארנעם ברוב פאר והדר. די שמחה האט געטראגן א ספעציעלן באדייט זייענדיג די חתונה פון אן איייגן קינד ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א און האט אויפגעברענגט נאסטאלגיע ביי חסידי וויזניץ וועלכע געדענקן נאך גוט דעם רבינס חתונה בהלו נרו על ראשם אין שפיץ פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל וועלעכע האט האט דאן מפאר געוועהן על ראש שמחתו.


די יעצטיגע שמחה האט אויך אויסגערופן גרויס התרגשות ביי חסידי וויזניץ, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס עס איז געפראוועט געווארן א 'וויזניצ'ע חתונה' על אדמת קאנאדע, נאכדעם וואס די פריעדיגע חתונות ביים מונטריאל'ע רבי'ן זענען פארגעקומען דורכאויס די 'קאוויד עפעדעמיע' אין צוליב די באגרעניצונגען דורך די קאנאדישע רעגירונג איז געוועהן זייער שווער אנצוקומען קיין מונטריאל אין יענע תקופה. און אצינד האט דער מונטריאלע רבי זוכה געוועהן צו פראווענען א שמחה בקרב בני קהילתו ברינה ובצהלה.


לכבוד די חתונה זענען געקומען צו פארן פון ניו יורק די ברידער האדמורי"ם לבית וויזניץ און האבן זיך מיטגעפריידט בשמחתו הגדולה פונעם יונגערן ברודער דער וויזניצער רבי פון מונטריאל. אין א לעצט-מינוטיגע טויש האט כ''ק האדמו"ר מוויזניץ קיימישא זיך נישט געקנט באטייליגן צוליב א שוואכקייט און כ''ק האדמו"ר מוויזניץ בית שמש איז פארבליבן אין ארה"ק צוליב די געזונט צושטאנד פון זיין שווער מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.


יאהרן וואס דער שטאט מונטריאל האט נישט געזען אזא געווירבעל פון שווערע הונדערטע אידן וואס זענען געקומען צו פארן מכל רחבי תבל מיטצוהאלטן די היסטארישע חתונה בבית צדיקים. וואכן פריער האבן שוין די עסקנים געארבעט איבערמידלעך אהערצושטעלן אלע טעכנישע אין לאגיסטישע דעטאלן על צד היותר טוב צו קענען אקאמעדירן דעם ריזן פלייץ פון הונדערטע אורחים מארבע כנפות הארץ.


באסעס זענען ארויסגעפארן פון אלע שטעט ווי עס וואוינען וויזניצער חסידים אריינגערעכנט מאנסי, בארא פארק, וויליאמסבורג, לעיקוואוד און לינדען, אזוי אויך האבן זיך הונדערטער אידן ארויסגעלאזט אין וועג מיט פריוואטע קאר'ס, כולם נקבצו ובאו מיטצולעבן דעם שמחה הרוממה. אויף די שאסיייען פון ניו יורק קיין מונטריאל האט זיך אנגעזען די מאסן שטראם ווען צענדליגע באסעס און פריוואטע קאר'ס האבן מארשירט לענגאויס די היי-וועי'ס און ביי די לעצטע גאז סטאנציע איידער די גרעניץ צווישן ניו יורק און קאנאדע זענען פארגעקומען נאכאנאנדע מניני שחרית אין מנחה דורך די הונדערטער רייזענדע.


אין די זעלבע צייט וואס פילע געסט האבן געמאכט זייער וועג קיין מונטריאל, האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מונטריאל צוזאמגערופן אן אסיפה מאנטאג נאכט פאר אלע חברי הקהילה און שטארק ארומגערעדט איבער דעם ענין פון שיין אויפנעמען די געסט, און מכבד זיין די חשובע ברידער האדמורי"ם בכבוד הראוי.


מיטוואך נאכמיטאג איז פארגעקומען די מעמד קבלת פנים אין היכל ביהמ"ד הגדול אהבת ישראל וויזניץ אין מאנטריאל. אויפן רעכטע זייט פון חתן איז געזעצן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לונדון און דערנאך זיינע ברודער האחים האדמורים מוויזניץ פון מאנסי, וויליאמסבורג, ירושלים און בארא פארק. אויף לינקע זייט פון חתן איז געזעצן דער אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מונטריאל, דער זיידע הגה"צ ר' נחום מאיר גערמאן ר"מ בישיבת באבוב, דער זיידע הרה"צ ר' בערל טויב אב'ד זכרון נפתלי ארי', און די פעטער'ס הרבנים לבית קאלוב.


מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הרה"צ ר' יצחק אייזיק שנעעבאלג אב"ד מאחנובקא בעלזא וומסב"ג א פעטער פון ביידע צדדים, און בדחנא דמלכא ר' ישעי' מאיר ניימאן האט געגראמט. די מעמד החופה איז פארגעקומען אויפן גרויסן שטח קעגן איבער דאס ביהמ"ד, מצד החתן האט אונטערגעפירט כ''ק האדמו"ר מוויזניץ לונדון, און כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מונטריאל האט אונטערגעפירט מצד הכלה.


הרב ישראל ראזענבערג האט אויסגערופן די כיבודים ביים חופה, אזוי ווי זיין חזקה אין מאנסי ביי הרה"ק בעל תורת מרדכי זצ"ל. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די געהויבענע פעטער כ''ק האד' מוויז'ניץ מאנסי, עדי קידושין זענען געוועהן הגה''צ אב''ד זידיטשויב באלטימאר אין הגה''צ רבי מרדכי דוב בעק אב''ד טאלמישט מאנסי מלפנים דומ''ץ וויז'ניץ מאנטריאל, קריאת הכתובה די זיידע הגה''צ רבי נחום מאיר גערמאן ר''מ במתיבתא עץ חיים דבאבוב, ברכות ראשונות די זיידע כ''ק האד' מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א אין ברכה אחריתה די זיידע הגה''צ רבי ישכר דוב טויב אב"ד זכרון נפתלי ארי' נעשכיז ווילאמסבורג


נאכן חופה האט כ"ק אדמו"ר מווזיניץ לונדון אויפגעטראטן מיט הארציגע דברות קודש און זיך באדאנקט פאר אלע געסט וואס זענען געקומען צו פארן מקרוב ומרחוק און אויך פאר זיינע ברודער די אדמורי"ם שליט''א וועלכע האבן זיך מטריח געווען צו באשיינען די שמחה. דער רבי האט ארומגערעדט איבער די אחדות וואס מ'זעט צווישן די ברודער און טראצדעם וואס מ'מיינט אז ס'איז א נאטורליכע זאך דארף מען וויסן אז ס'זענען שוין געווען צייטן וואס עס וואלט געקענט אויסברעכן א מחלוקה נאר מ'האט געשלונגען און מוותר געווען.


דערביי האט דער רבי מיט א קול געשטיקט פון טרערן אפגעגעבן א שבח והודאה פארן באשעפער נאכן דורכלעבן א שווערע יאר, דער רבי האט אבער געזאגט מיט א געוויין אז ס'איז אויך געווען א גוטע יאר און מ'בעט אויף ווייטער אז ס'זאל שטענדיג זיין גוט.


דער רבי האט צוגעענדיגט מיט א בקשה פארן ציבור אינזינען צו האבן דעם פעטער כ''ק האדמור מראחמיסטריקווא שליט''א, דער שוועסטער קינד די וויזניצער רב פון ארץ ישראל אין כ''ק האד' מקאסוב שליט''א וואס זענען אנגעוויזין אויף תפלות ישראל און מסיים געווען בברכת קדשו לכל העם הנאספים.


נאכן חופה האבן צענדליגע באסעס געפירט דעם ציבור צו די גיגאנטישע 'קראון פלאזא מאנטריאל עירפארט האטעל' זאלן ווי עס איז געוועהן צוגעגרייט די סעודת החתונה ברוב פאר והדר א עקסטערע זאל פאר די מענער אין א באזונדערע זאל פאר די נשים, עס האבן זיך באטייליגט אלע רבנים ואדמורי"ם פון שטאט, במשך די חתונה האט מען זיך עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן, בהדרת כבוד האט מען אויפגענימען כ''ק האד' מטאהש שליט''א מיט וועם דער רבי איז ארויס אין א באזונדערע ריקוד


אויך איז געווען שטארק דערקענט די רינגען פון די חסידים וועלכע זענען געקומען צו פארן פון לאנדאן, אין א שיינעם ציבור אידן פון באלטימאר וועלכע האלטן אן א נאנטן קשר מיטן וויזניצער רבין פון מאנטריאל אין זענען געקומען צו פארן אויף די חתונה אין שפיץ פון הגה''צ אב''ד זידיטשויב באלטימאר


בשעת די סעודת החתונה האט דער מחותן כ''ק האד' מוויז'ניץ מאנטריאל שליט''א אויפגעטראטן מיט דברות קודש לכבוד די שמחה, דער רבי האט אנגעהויבן אז כאטש וואס דאהי איז נישט איינגעפירט צו רעדן ביי חתונות איז דער מנהג המקום אבער אין לאנדאן יא צו רעדן ביי שמחות אין אזוי ווי דער ברידער די לאנדאן'ער רבי האט איהם מכבד געוועהן וועט ער זאגן אפאר ווערטער, די רבי האט זיך באדאנקט פאר די ברידער האדמו''רים וועלכע האבן זיך מטריח געוועהן צו קומען אנטייל נעמען אין די שמחה, אין אויך דערמאנט די אחדות אין די משפחה, די רבי האט אויך בתוך דבריו שטארק משבח געוועהן די בעלזער קהילה וואס שטייט צו די האנט בכל עת ובכל זמן והעומד בראשה כ''ק האד' מבעלזא שליט''א ער זאל זיין געזינט אין שטארק, בשעת די ריקודים אין מען א לענגערע צייט דורך געבן לחיים, נאך ברכת המזון האט מען ממשיך געווען מיט די געהויבענע מצוה טאנץ, בדחנא דמלכא הרב ישעי' מאיר ניימאן האט צוערשט אויפגערופן די זיידע'ס הגה''צ רבי נחום מאיר גערמאן אין הגה''צ רבי בערל טויב, די פעטער'ס קינדער פון הרה''צ רבי לייביש טויב זכר צדיק לברכה מקאלוב, אין דערנאך צום הויעכפונקט האט ער אויפגערופן די ברידער האדמו''רים לבית וויז'ניץ אלע אינאיינעם, די רבי'ס זענען געטאנצן עקסטער אין דערנאך איז געשאפן געווארן א רינג פון אלע רבי'ס אין די שוואגער'ס אינאיינעם וינעו אמות הסיפים, נאכדעם איז דער מחותן האד' מוויז'ניץ מאנטריאל געטאנצן לפני בתו הכלה אין צום לעצט די זיידע כ''ק האד' מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א, עס איז שוין געווען א שפעטע שעה ווען די שמחה האט זיך געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט, א גרויסע ציבור האט געמאכט דעם וועג צוריק למקומות מושבותיהם אין א גרויס טייל איז פארליבן אין מאנטריאל אויף שבת שבע ברכות.





bottom of page