top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט: חסידי וויז'ניץ מיטגעלעבט א שבת מעין עולם הבא בצל הקודש פון האד' מוויז'ניץ אין קראקא

מאנטאג פ' תצוה - ו' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - גאר א דערהויבענער שבת איז פאראיבער אויף די 'יחידי סגולה' די צענדליגער חסידי וויז'ניץ פון אמעריקא קאנאדע אין אייראפע וועלכע האבן זוכה געווען צו פראווענען א שבת אין דער אמאליגער עיר ואם בישראל קראקא, בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. די שבת איז געווען געווידמעט פאר די חסידים פון חוץ לארץ וועלכע האבן זיך אנגערופן מיט גרעסערע סכומים לטובת די אויפבוי פון דעם מעכטיגן אימפיריע 'מרכז העולמי ישועות משה' אין בני ברק


הארט פארן זמן האט דער רבי קובע מזוזות געווען אויף א נייע האטעל וועלכע געפונט זיך נעבן די היסטארישע 'רמא שול' אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרב ר' אברהם זולדאן, די רבי האט קובע געוועהן א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג אין ווארעם אנגעוווינטשן פארן אייגנטומער ר' אברהם. פון דארט איז דער רבי אנגעקומען צום היסטארישן שול פונעם רמ"א. כמנהג אביו הרה"ק בעל ישועות משה זצ"ל האט דער רבי געדאווענט נוסח אשכנז פון אן אשכנז סידור, מען האט געזאגט נקדש אנטשאט נקדישך, שלום רב אנטשאט שים שלום, ברוך יאמרו אנטשטאט משבחים ואומרים און אזוי ווייטער. דער רבי האט געזאגט אז ער האט אנגעפרעגט ביים בארא פארק'ער דיין הרה"ג ר' שלמה אפל שליט"א וועלכע האט געפסקנ'ט אז אפילו ביי מנהג המקום מעג מען אבער צולייגן און דעריבער וועט מען זאגן 'הודו' אפילו מ'זאגט עס נישט ביי די אשכנזים. דורכאויס דאס דאווענען איז דער רבי געשטאנען אויפן בימה אינמיטן ביהמ"ד, בשעת ווען די גאנצע ציבור שטייט אונטן ביי די טישן אין א בחינה פון 'ועמך מסביבים אותו כחומה'.


נאך מנחה האט דער רבי אויפגעטרויטן מיט דברות קודש און צווישן אנדערע געזאגט אז ער וועט בענטשן יעדן איינעם פונקט ווי א טאטע בענטשט זיינע קינדער און דער ציבור איז אריבער ביים רבי'ן כבני מרון וועלכע האט זיי געבענטשט בברכות לרוב.


ביי לכה דודי איז דער רבי אראפ פונעם בימה און ארומשפאצירט צווישן די שמאלע דורכגענג און געהויבן דעם ציבור בקדושת שבת. נאך כגוונא האט דער רבי געזאגט קדיש און אויך געזאגט די פרק משניות במה מדליקין כנוסח אשכנז. נאכן דאווענען האט דער רבי געוואונטשן גוט שבת פארן גאנצן ציבור און מ'האט אינאיינעם געזינגען די זמירות פון פאר קידוש. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אין דער ציבור איז זיך געגאנגען עסן די סעודה אינעם האטעל.


אינמיטן סעודה איז דער רבי ערשינען צום טיש און געמאכט קידוש. ביים טיש האט זיך אויך באטייליגט דער הויפט רב פון קראקא און א גרופע בחורים פון ישיבת פאפא וועלכע האבן געוויילט אויף שבת אין קראקא. די טיש האט געדויערט פיר שעה און מ'האט געענדיגט 12:30 ביינאכט. דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט בדרך צחות: מ'זאל נישט אויסזאגן אין ארץ ישראל אז מ'קען ענדיגן דעם טיש אזוי פרי, אבער מ'זאל אויך נישט זאגן, אז דער עולם האלט נאך אינמיטן די סעודה.


נאכן טיש האט דער רבי אנגעהויבן אויפנעמען די חסידים מיט די בני בית פאר גאנצע פינף שעה, ווען דער רבי בענטשט יעדן איינעם בברכת יברכך ה' וישמרך און דער רבי האט אויך פארטיילט פאר יעדן חסיד א קאפל מיט וואס די רבי איז געגאנגען אנגעטוהן


צומארגענס אויפן וועג צו שחרית, האט דער רבי זיך אויסגעדרוקט אויף די נעכטיגע קבלת קהל אויף לשון קודש 'אני מרגיש שיהיה דברים גדולים מאוד'. בשעת דער רבי האט אויפגענומען דעם ציבור האט דער אנדערע חלק ציבור ממשיך געווען צו עסן די סעדוה און מ'האט געזינגען שירות ותשבחות עד אור הבוקר.


שבת נאכמיטאג נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום מיטאג טיש, און דער ציבור האט מקבל געווען דעם רבי'ן מיט לעבעדיגע ניגונים. דער רבי איז געשטאנען און געטאנצן מיט א שמחה און געזאגט אז יעצט ווערט מקוים וואס דער טאטע פלעגט אייביג זאגן: "מיר האבן נישט מיט די זייגער גארנישט". נאכן מיטאג טיש איז געווען א קורצע הפסקה און דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען מיט די סטראקעס בעקיטשע צו שלש סעודות.


מוצאי שבת איז פארגעקומען א הערליכע מעמד אין סעודת מלוכה מלכה ווי עס איז צווישן אנדערע אויפגעשפילט געווארן א פרעזענטאציע איבער ווי אזוי די נייע מרכז העולמי וועט אויסקוקן מבית ומבחוץ. דערנאך האט אויפגעטראטן הרב פישל כהנא מנהל הת"ת אין וומסב"ג. אינמיטן די דרשה רעדנדיג פונעם רבינס נייע ביהמ''ד האט אים דער רבי איבערגעהאקט און געזאגט: "דאס ביהמ"ד בויעט מען פארן טאטן דער ישעות משה, דארט וועט מען שטענדיג רעדן פון אים און זיך ווייקן אין זיינע תורות. דארט וועט ער לעבן". ר' פישל האט ווייטער ממשיך געווען מיט זיין דרשה ארומרעדענדיג איבער די השתשלות הדורות פון התסיידות בית וויזניץ ביז'ן היינטיגן טאג און דערנאך האט ער אויסגערופן אז יעצט איז טאקע די פאסיגע צייט איבערצוגעבן א כוללות קוויטל מיט די נעמען פון אלע תורמים להיפקד בדבר ישועה ורחמים ווי דער רבי דורקט זיך כסדר אויס אז מ'געבט געלט אן קיין חשבונות שלא כדרך הטבע קומט ישועות שלא כדרך הטבע.


א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט בשעת ווען דער רבי שליט"א האט געליינט דעם כוללות קוויטל וועלכע האט געדויערט איבער צוואנציג מינוט בשעת ווען דער זינגט ווארימע ניגונים און דער רבי מאכט מורא'דיגע תנועות מיט די הענט. דערנאך האט דער רבי אויפגעטראטן מיט פייערדיגע דברות קודש און ארומגערעדט איבער די גרויסע מסירת נפש פון די חסידים למען הקמת הבית הגדול והקדוש און זיך אויך באדאנקט פאר בית יעקב אלו הנשים וועלכע העלפן ארויס אז די מענער זאלן קענען געבן אין שאפן אזעלכע גרויסע סכומים.


דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און איז געטאנצן ריקודין עילאין בשלהבת אש קודש ווי מ'האט אויך געזינגען די ניגון 'די שיטה הקדושה'. אין די פריע פארטאג'ס שעות האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן פונעם זאל זיך אנשעפענדיג פונעם זעלטן דערהויבענעם שבת בצל הקודש, וועלכע איז געווען איין לאנגע קייט פון שמחה והתרוממות הנפש.

bottom of page