מאנטאג פ' בשלח ח' שבט ה'תשפ"ג
קול בחצרות - מיט איבערגיסענדע רגשי הלב האָבן הונדערטער חסידי מחנובקא בעלזא תושבי ניו יארק מקבל פּנים געווען פּני רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א לענגערע באזוך בקרב עדת צאן מרעיתו בארצות הגולה
מוצאי שבת בחצות הלילה האט זיך די רבי שליט"א ארויסגעלאזט פונעם לוד לופטפעלד אויפן וועג קיין ניו יארק. אינצווישן איז דער JFK לופטפעלד געוואָרן איבערגעפולט מיט פילצאָליגע חסידים וואָס זענען אַרויסגעפאָרן מקבל פּנים צו זיין דעם רבי'ן שליט"א, צו די באַשטימטע צייט, אום 6:30 אינדערפרי א קורצע צייט נאך וואס דער ערעפלאן געלאַנדעט איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען פונעם טערמינאַל אין באַגלייטונג פון די גבאים און משמשים בקודש, ווערנדיג ענטפאַנגען דורך דעם גרויסן ציבור, זקנים עם נערים וואָס זענען דאָרט געווען פאַרזאַמעלט.
פון לופטפעלד איז דער רבי שליט"א צוגעפאָרן דעם וועג קיין וויליאמסבורג, און איז קודם צוגעפאָרן אויף א קורצן אָפּרוה בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנכבד ר' מרדכי אדלער.
אום 9:30 איז די רבי ערשינען אויף תפילת שחרית בבית מדרשו אין וויליאמסבורג, נאכן דאווענען האט די רבי שליט"א מיטגעהאלטן די טעגליכע שיעור חומש רש"י וואס ווערט איבערגעגעבן דורך איינע פון די מתפללי ביהמ''ד
דערנאך איז פארגעקומען א לעקח אין בראנפן און מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבין, צו די זייט פון רבין איז געזעצן די רב הבית מדרש הגה"צ רבי יצחק אייזיק שנעעבאלג אב"ד מחנובקא בעלזא וויליאמסבורג, דער רבי שליט"א האָט פארטיילט לעקיך און בראנפין, געוואונטשן לחיים פאר די רבנים שליט"א און פאַר'ן גאַנצן ציבור, און דאַן משמיע געווען דברות קודש, נאָכ'ן מעמד איז דער גאַנצער ציבור פאַריבער שלום נעמען פון רבי'ן שליט"א
נאכמיטאג איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין בארא פארק, צום ערשט איז די רבי אנגעקומען צום שטוב פון הרה"ח ר' הערשל יאזשעף, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד כתיבת האותיות אויפן ספר תורה וואס ר' הערשל האט אריינגעגעבן צום מחנובקא בעלזא בית מדרש אין בארא פארק לעילוי נשמתו פון בנו הבה"ח יצחק אלימלך ע"ה וואס איז ליידער אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו, די רבי שליט"א האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, דערנאך האט די רבי געדאוונט מנחה, נאך מנחה האט די רבי שליט"א געמאכט הגבהה און מכבד געווען דעם חשובער נדבן ר' הערשל מיט גלילה.
דאַן האָט די רבי שליט"א אַרויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר, בשירה וזמרה ווען אויפ'ן גאַנצן וועג האָט מען געטאַנצן און זיך געפריידט לכבוד התורה בפרט די בני הקהילה אין שפוץ פונעם רבין שליט"א מלובש בבגדי שבת לכבוד התורה, כנהוג, בשעת די תהלוכת הספר האט די רבי מכבד געווען די רבני ונכבדי הקהילה, אזוי אויך די שוואגער כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב און די קינדער צו טאנצן מיט די ספר תורה.
איידער אריינפירן דעם ספר תורה אין בית מדרש האט די רבי פארגעזאגט מזמור לדוד פסוק בפסוק, און דערנאך פארגעזאגט די אנדערע מזמורים כנהוג ביים באלעמער, אין ביהמ"ד האָבן די ריקודין פאָרגעזעצט ביתר שאת ועוז מיט א געוואַלדיגן התלהבות של שמחה וקדושה, ווען די רבי שליט"א האט א לענגערע צייט געפראוועט די הקפות, און געטאנצן מיט די נדבן און בני משפחתן און דערנאך אַריינגעלייגט די ספר תורה אינעם ארון הקודש.
דאן זענען די חסידים תושבי העיר אדורך שלום נעמען ביים רבין, און מען האט געדאוונט מעריב.
די סעודה לגומרה של תורה איז פארגעקומען אין די זמר זאל אין שטאט, די משתתפים ביים מעמד האָבן נהנה געווען פון די גאָר רייכע סעודה, באַגלייט מיט פּרקי שירה וזמרה דורך באַרימטע זינגער און שפּילער, מיט וואַרעמע ניגונים לכבוד התורה, עס זענען געהערט געווארן הערליכע דרשות פון בארימטע מגידים מפורסמים וועלעכע האבן עלעקטעזירט דעם ציבור מיט זייערע פעריל ווערטער, צווישן זיי הגה"צ גאב"ד לימינוב שליט"א, און די מגיד מישרים ר' אברהם מרדכי מלאך.
אינצווישן איז די רבי שליט"א אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' חיים יצחק ענגלאנדער, ווי צענדליגער נגידים זענען זיך צונויפגעקומען צו א רייכע באנקעט ליתוב בצלא דמהימנותא און באשטייערען די סכומים אדירים פארן פראיעקט היכלי הקודש להשלמת בנין בית מדרש הגדול מחנובקא בעלזא אין בני ברק משאת נפשו פון רבי'ן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן פאר איבער צוויי שעה, ווי עס האבן אויפגעטרויטן עטליכע פון די נדיבים און די רבי שליט"א האט אנגעוונטשן מברכות קדשו.
דערנאך איז די רבי אנגעקומען באשיינען די סעודת הכנסת ספר תורה, ווי די רבי האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים און משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע, פון דארט איז די רבי אנגעקומען צום שטוב פון הרב ר' אהרן אלי' אלדער ווי די רבי האט אפגעראכטן א לחיים לרגל די שידוך שליסן פון זיין אייניקל, שפעטער ביינאכט האט זיך די רבי צוריק געקערט קיין וויליאמסבורג, צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' מרדכי אדלער, ווי די רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן די קומעדיגע וואך.
תגובות